ידיעות פֿון וואַרשע

News from Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published July 05, 2016, issue of June 25, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

דער ייִדישער טעאַטער אין בוקאַרעשט וואַקסט ווי אויף הייוון

די לעצטע פּראָדוקציע זײַנע: אַנ־סקיס „דיבוק‟. דער וואַרשעווער ייִדישער טעאַטער שפּילט אויך דעם „דיבוק‟ און דווקא מיט גרויס דערפאָלג. נאָר וואָס זשע? דער וואַרשעווער „דיבוק‟ איז לויט אַנ־סקין און נישט פֿון אַנ־סקין. נאָך אַ זאַך: דער וואַרשעווער „דיבוק‟ ווערט געשפּילט אויף פּויליש. דער רומענישער „דיבוק‟ — אויף ייִדיש. דער רומענישער רעזשיסאָר איז קריס סימאָן מערקוריאַן און די מוזיק ווערט געשפּילט, ווי מען זאָגט עס אויף ענגליש, „לײַוו‟, דאָס מיינט אַז די בוקאַרעשטער כּלי־זמר באַגלײטן די אויפֿפֿירונג אויף דער בינע.

די וועלט־באַרימטע אַקטריסע און דירעקטאָרין פֿונעם רומענישן מלוכישן טעאַטער, מאַיאַ מאָרגנשטערן, שפּילט די ראָלע פון לאהלעס מומע. נישט קיין קליינע ראָלע. לאהלע אין אַנ־סקיס טעקסט איז אַ יתומה און די מומע איז געווען כּמעט ווי איר מאַמע.

ווי מיר ווייסן איז שווער צו זײַן אַ ייִד אָבער ס׳איז נאָך שווערער צו זײַן אַ ייִדישער דראַמאַטורג. כּל־זמן אַנ־סקי און שלום־עליכם האָבן געלעבט האָבן אונדזערע ייִדישע טעאַטערס נישט געוואָלט שפּילן ניט „טובֿיה דער מילכיקער‟ און ניט דעם „דיבוק‟.

שלום־עליכם און אַנ־סקי זענען ביידע געשטאָרבן פֿון קראַנקײט און עגמת־נפֿש אין עלטער פֿון 57 יאָר. איצט, נאָך זייער טויט, האָבן ביידע, נעבעך, אַ געוואַלדיקן דערפֿאָלג.