אַ שלום־עליכם קאָנפֿערענץ אין דער„אַלטער היים‟

A Sholem Aleichem Conference In The "Old Country"

ד״ר דוד ראָסקעס (לינקס) רעדט פֿאַרן עולם. לעבן אים זיצן (פֿון רעכטס): לעאָניד פֿינבערג, דער דירעקטאָר פֿונעם קיִעווער יודאַיִקאַ־צענטער, און ד״ר דוד פֿישמאַן, דער הויפּט־אָרגאַניזירער פֿון דער קאָנפֿערענץ
Alexandra Polyan
ד״ר דוד ראָסקעס (לינקס) רעדט פֿאַרן עולם. לעבן אים זיצן (פֿון רעכטס): לעאָניד פֿינבערג, דער דירעקטאָר פֿונעם קיִעווער יודאַיִקאַ־צענטער, און ד״ר דוד פֿישמאַן, דער הויפּט־אָרגאַניזירער פֿון דער קאָנפֿערענץ

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published July 06, 2016, issue of June 25, 2016.

אין „פֿאָרווערטס‟ שרײַב איך געוויינטלעך די נײַעס־באַריכטן פֿון מאָסקווע — און איך מוז מודה זײַן, אַז צו מאָל גייט מיר שווערלעך, ווײַל איך קאָן דאָ ניט תּמיד געפֿינען קיין סך אַזעלכע ייִדישע ידיעות, זיי זאָלן זײַן אי מערקווירדיק און וויכטיק, אי אינטערעסאַנט דעם לייענער און צוהערער. דאָס מאָל איז מײַן אַרבעט אָן אַ שיעור גרינגער: הײַיאָר מערקט מען אָפּ דעם הונדערטסטן יאָרצײַט פֿון שלום־עליכמען, און אַ יובֿל פֿון אַ גרויסן שרײַבער דערפֿירט, אַוודאי, צו מערערע קולטור־אונטערנעמונגען.

באַזונדערס וויכטיק איז שלום־עליכמס יובֿל אין דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ווײַל דאָ איז שלום־עליכם אַנערקענט געוואָרן ווי „דער ייִדישער שרײַבער‟ — דער הויפּט־פֿאַרטרעטער פֿון דער ייִדישער קולטור. אין פּאָסט־סאָוועטישע צײַטן האָט זיך דער צוגאַנג קוים געביטן: נישט געקוקט אויף דעם וואָס ס׳איז הײַנט מעגלעך צו באַרירן וועלכע מע וויל ייִדישע טעמעס און פֿראַגעס, און כאָטש עס זענען ווידער אַנטשטאַנען אַקאַדעמישע ייִׅדישע לימודים, און מע האָט שוין איבערגעזעצט און פֿאַרעפֿנטלעכט אַ סך אַנדערע ייִדישע שרײַבער — איז אין דעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד באַוווּסט און באַקאַנט בלויז איין ייִדישער שרײַבער: שלום־עליכם.

לכּבֿוד זײַן הונדערטסטן יאָרצײַט זענען הײַיאָר אַרויס עטלעכע נומערן פֿון דער פּעטערבורגער צײַטשריפֿט „דאָס פֿאָלק פֿונעם בוך אין דער ביכער־וועלט‟, און דערצו גרייט מען איצט צו אינעם גרויסן פּרעסטיזשפֿולן מאָסקווער ייִׅדישן מוזיי אַ גרויסע אויסשטעלונג, געווידמעט דעם מחבר.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך, דעם 28סטן יוני ביזן 1טן יולי, איז אין קיִעוו פֿאָרגעקומען אַן אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ לכּבֿוד דעם שרײַבער. די קאָנפֿערענץ איז אַן אויפֿטו פֿונעם „ייִׅדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟ פֿון ניו־יאָרק. דער הויפּט־אָרגאַניזאַטאָר, פּראָפֿ׳ דוד פֿישמאַן, האָט אומיסטן אויסגעקליבן קיִעוו. אַחוץ דעם וואָס ס׳איז באַקוועם דורכצופֿירן אַ קאָנפֿערענץ אין אוקראַיִנע צוליב לאָגיסטישע סיבות און די נידעריקע פּרײַזן, האָט די שטאָט אויך אַ גרויסן באַטײַט אין קאָנטעקסט פֿון שלום־עליכמס לעבן און ווערק.