„פֿאָרווערטס‟־שרײַבער אלי וויזל קריטיקירט מאַרטין לוטער קינג

"Forverts" Writer Elie Wiesel Criticizes Martin Luther King

Menachem Butler

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 06, 2016, issue of June 25, 2016.

אין די 1950ער און 1960ער יאָרן, איז אלי וויזל געווען אַ קאָלומניסט אינעם „פֿאָרווערטס‟, וווּ ער האָט געשריבן הונדערטער אַרטיקלען.

אין איינעם פֿון די אַרטיקלען, פֿון אַפּריל 19טן 1967, שרײַבט וויזל וועגן אַ פֿאַרגלײַך, וואָס דער קעמפֿער פֿאַר ציווילע רעכט, ד״ר מאַרטין לוטער קינג, האָט געהאַט געמאַכט צווישן דעם חורבן און וויעטנאַם, און גיט צו פֿאַרשטיין די מאָטיוון פֿאַרוואָס אי ליבעראַלן אי רעאַקציאָנערן מאַכן דעם טעות פֿון לייקענען די אוניקאַלקייט פֿונעם חורבן.

אין זײַן אַנאַליז, שרײַבט וויזל, אַז ס׳איז פֿאַרשטענדלעך פֿאַרוואָס די אַנטי־ישׂראלדיקע אַראַבער פֿאַרלקענערן די אומפֿאַרגלײַכלעכע אַכזריותדיקייט פֿונעם חורבן דורך פֿאַרגלײַכן אים מיט אַנדערע געשעענישן אין דער געשיכטע. די אַנטי־ישׂראלדיקע אַראַבער זענען איבערצײַגט, אַז ווען נישט דער אומקום פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום, וואָלט מדינת־ישׂראל אַזוי גיך נישט אַנטשטאַנען. „מוזן זיי אַטאַקירן די אורזאַך, כּדי אָפּצושוואַכן דעם רעזולטאַט,‟ שרײַבט וויזל.

ס׳איז אויך פֿאַרשטענדלעך, שרײַבט ער ווײַטער, פֿאַרוואָס די אַנטיסעמיטישע שרײַבער ווילן פֿאַרגלײַכן דעם חורבן מיט וויעטנאַם. זיי ווילן ווײַזן, אַז מע דאַרף זיי באַטראַכטן ווי פּאַטריאָטן, און נישט ווי מאָרד־העצער.

אָבער פֿאַרוואָס, פֿרעגט ער, זענען די ליבעראַלן, אַרײַנגערעכנט אַ סך ייִדן, „אַזוי טיף פֿאַראינטערעסירט אינעם פֿאַרקלענערן די חורבן־געשעענישן מיט זייערע פּאָליטיש־פּסיכאָלאָגישע אויסטײַטשונגען?‟ וויזלס ענטפֿער איז, אַז די ליבעראַלן זוכן אַן אופֿן צו פֿאַרשטיין דעם חורבן, צו פֿאַרשטיין עפּעס וואָס איז גאָרנישט פֿאַרשטענדלעך. „ווי אַזוי האָט אַ גאַנץ פֿאָלק געקענט איבערנאַכט ווערן בלינדע אינסטרומענטן פֿונעם מלאך־המוות? ווי אַזוי האָט די פֿרײַע וועלט געקענט שווײַגן און פֿאַרשווײַגן אַזוי לאַנג, וויסנדיק אַז יעדן טאָג גיט מען דעם הימל טויזנטער קרבנות?

„נאָכדעם ווי מען קען נישט באַנעמען מיט די חושים פֿון קערפּער און פֿון דער נשמה דעם סוד פֿון אוישוויץ, זוכט מען אַ לײַכטערן וועג: מע פֿאַרגלײַכט אוישוויץ צו וויעטנאַם.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.