נײַעס פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published July 07, 2016, issue of June 25, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

לאַטײַן־אַמעריקאַנער צוזאַמענקום פֿון ייִדישער מוזיק

די זינגער אויפֿן קאָנצערט „די פֿרייד פֿון ייִדיש‟ (פֿון רעכטס): דיעגאָ ראָטשינאַס, אַלעקסאַנדראַ טשאַרני, שולמית בענװעניסטע, שוראַ ליפּאָװסקי, אַבֿרהם ליכטענבוים, ניקאָל באָרגער
די זינגער אויפֿן קאָנצערט „די פֿרייד פֿון ייִדיש‟ (פֿון רעכטס): דיעגאָ ראָטשינאַס, אַלעקסאַנדראַ טשאַרני, שולמית בענװעניסטע, שוראַ ליפּאָװסקי, אַבֿרהם ליכטענבוים, ניקאָל באָרגער

צװישן דעם 27סטן און דעם 29סטן יוני איז פֿאָרגעקומען אין בוענאָס־אײַרעס דער צװייטער לאַטײַן־אַמעריקאַנער צוזאַמענקום פֿון ייִדישער מוזיק.

דאָס האָט אָרגאַניזירט „זמיר‟, אַן אינטערעסאַנטע אָרגאַניזאַציע װאָס איז געגרינדעט געװאָרן אין 2014 מיטן ציל איבערצוגעבן ייִדישע װערטן, טראַדיציעס און מינהגים, ספּעציעל דורך מוזיק, אונטערן אויפֿזיכט פֿון צװיי ייִדישע מוזיק־לערערס, אריאל ראָזען און דיעגאָ רובינשטיין, זייער שליחות איז ייִדישע אידענטיטעט דורך מוזיק, און זייערע טעטיקייטן זײַנען געװידמעט נישט נאָר מוזיק־לערערס נאָר אויך חזנים, מוזיקערס, מדריכים און ליבהאָבערס פֿון ייִדישקייט און מוזיק. זיי פֿירן דורך במשך דעם יאָר פּערפֿעקציאָניר־קורסן, סעמינאַרן און װאַרשטאַטן פֿאַר טעמפּלען, שולן, קלובן און פּעדאַגאָגישע צענטערס, און יעדע צװיי יאָר — אַ צוזאַמענקום פֿאַר גאַנץ לאַטײַן־אַמעריקע.

דאָס יאָר האָבן איבער צװיי הונדערט באַטייליקטע גענאָסן פֿון לעקציעס אויף פֿאַרשידענע טעמעס: שמואל כּץ האָט געגעבן אַ לעקציע, „די מוזיק אין תּנ״ך‟; ניקאָל באָרגער פֿון בראַזיל האָט גערעדט װעגן קלעזמער־מוזיק; אַלעקסענדראַ טשאַרני פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן — „נײַע ייִדישע לידער‟, און שוראַ ליפּאָװסקי האָט געגעבן אַ װאַשטאַט „קול און מעדיטאַציע‟. אַלע סעסיעס האָבן אויסגענומען בײַם עולם.

צווישן די באַליבטסטע טעמעס איז געווען די לעקציע וועגן מוזיק און קינדערשפּילן; פּיוטים; חזנות, און „ייִדישע מוזיק פֿון מיטעלן מזרח און איטאַליע‟, װאָס דער אַמעריקאַנער חזן ראַמאָן טאַסאַט האָט אָנגעפֿירט.

דער צוזאַמענקום איז געשלאָסן געװאָרן מיט צװיי קאָנצערטן. אין דער געמיינדע „עמיחי‟ האָט אַ סימפֿאָנישער אָרקעסטער, אָנגעפֿירט פֿון מאַעסטראָ מאַריאָ בענזעקרי, פֿאַרכאַפּט דעם עולם פֿון אַ טויזנט מענטשן מיט אַ רײַכער פּראָגראַם. צוזאַמען מיט אַ כאָר פֿון איבער 100 זינגערס פֿון פֿינעף ייִדישע אינסטיטוציעס, און מיט שוראַ ליפּאָװסקי און ראַמאָן טאַסאַט װי סאָליסטן, האָט מען געשפּילט אַ ריי ווערק, אַרײַנגערעכנט מאַקס ברוכס „כּל נדרי‟, פֿראַגמענטן פֿון „שינדלערס רשימה‟ און „עקסאָדוס‟, אַבֿרהם סוצקעווערס „אונטער דײַנע װײַסע שטערן‟, „סימפֿאָניע פֿון דער צװייטער עװעניו‟ און די „ייִדישע סװיטע‟.