אויסגעגראָבן אַ פֿאַרצײַטיקע שאַמאַנקע

Ancient Shamaness Unearthed

Yehuda Blum

פֿון לייזער בורקאָ

Published July 08, 2016, issue of June 25, 2016.

אַ גרופּע ישׂראלדיקע אַרכעאָלאָגן האָבן אין אַ הייל אינעם גליל אַנטדעקט דאָס קבֿר פֿון אַ שאַמאַנקע פֿון 12,000 יאָר צוריק.

די שאַמאַנקע איז קענטיק געווען אַ וויכטיקער פּאַרשוין, 45 יאָר אַלט — גאָר אַן אַלטע אין יענער תּקופֿה. דאָס אָרט איז אַזוי גוט קאָנסערווירט, אַז אויפֿן סמך פֿון זייערע געפֿינסן קענען די אַרכעאָלאָגן טיילווײַז רעקאָנסטרויִרן די קבֿורה־צערעמאָניע פֿון די פֿאַרצײַטישע מענטשן, וואָס האָבן זי באַגראָבן.

מיט 12,000 יאָר צוריק האָט מען אין ארץ־ישׂראל געהאַלטן בײַם סוף פֿון דער אַזוי־גערופֿענער „נאַטופֿישער‟ תּקופֿה, ווען מען איז ביסלעכווײַז אַריבער פֿון דער פֿריִערדיקער „יעגער־זאַמלער‟־קולטור צו דער מער מאָדערנער אַגריקולטור. די „נאַטופֿישע‟ מענטשן זײַנען, צום טייל, געבליבן יעגער־זאַמלער אָבער זיי האָבן אויך אָנגעהויבן צו קולטיווירן תּבֿואה און באַקן ברויט. זיי האָבן אויפֿגעהערט צו וואַנדערן ווי נאָמאַדן און האָבן זיך באַזעצט אין שטענדיקע ייִשובֿים.

עס קען זײַן, אַז די ערשטע שטעט אין דער געשיכטע זײַנען אויפֿגעקומען דווקא אין ארץ־ישׂראל: די ביבלישע שטאָט יריחו, למשל, וואָס געהערט הײַנט צו די פּאַלעסטינער טעריטאָריעס, ציט זיך פֿון אַן ערך 11,500 יאָר צוריק און האָט דעם סאַמע ערשטן שטאָטמויער — 1.8 מעטער דיק און 3.6 מעטער די הייך. די „נאַטופֿיער‟ זײַנען אויך געווען פֿון די ערשטע מענטשן מיט שטוביקע הינט. אויף אַ צווייט אָרט האָט מען געפֿונען אַ קבֿר פֿון 14,000 יאָר צוריק, וווּ מע האָט באַגראָבן אַן עלטערן מענטשן צוזאַמען מיט אַ הינטעלע פֿון 5-4 חדשים.