בעלגיש־ייִדישער רעדאַקטאָר קריטיקירט אייראָפּעיִשע פֿירער

Belgian Jewish Editor Rebukes European Leaders

מיכאל פֿרייליך
מיכאל פֿרייליך

פֿון ייִט״אַ

Published July 10, 2016, issue of June 25, 2016.

אַ ייִדישע צײַטונג אין בעלגיע האָט גערופֿן די אייראָפּעיִשע פֿירער צו פֿאַרדאַמען אַ פֿאַלשע באַשולדיקונג מצד מאַכמוד אַבאַס, וועלכער האָט אין בריסל עפֿנטלעך דערקלערט, אַז די ייִדישע קאָלאָניסטן אין ישׂראל האָבן בדעה צו פֿאַרסמען די ברונעמער, פֿון וואַנען די פּאַלעסטינער שעפּן זייער וואַסער.

די חודשלעכע צײַטונג „יודס אַקטויִל‟ האָט לעצטן מאָנטיק אָפּגעדרוקט אַן עפֿנטלעכן בריוו וועגן דעם ענין, אָנגעשריבן פֿונעם שעף־רעדאַקטאָר, מיכאל פֿרייליך, צום דײַטשישן קאַנצלער אַנזשעלאַ מערקעל.

פֿריילעכס בריוו איז געווען אַ רעאַקציע אויף אַ רעדע וואָס אַבאַס, דער פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, האָט אָפּגעהאַלטן דעם 22סטן יוני בײַם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט, אויף וועלכער ער האָט דערקלערט: „בלויז מיט אַ וואָך צוריק האָט אַ רבֿ אין ישׂראל עפֿנטלעך געפֿאָדערט בײַ דער רעגירונג צו פֿאַרסמען דאָס וואַסער, כּדי צו דערהרגענען די פּאַלעסטינער.‟ פֿריילעך האָט גערופֿן אַבאַס׳ רעדע אַ „בלוט־בילבול‟.

אַבאַס׳ ביוראָ האָט זיך שפּעטער אַנטשולדיקט פֿאַרן קאָמענטאַר נאָך דעם ווי אַן אויספֿאָרשונג מצד דער ישׂראלדיקער מעדיאַ האָט באַוויזן, אַז די גאַנצע זאַך איז אַן אויסגעטראַכטע. דער „באַריכט‟ איז לכתּחילה אָפּגעדרוקט געוואָרן אין דער מלוכישער טערקישער פּרעסע־אַגענטור „אַנאַדאָלו‟, וווּ דער מחבר האָט ציטירט אַ פּאַלעסטינער רעפּאָרטער אין ראַמאַלאַ. ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, עקזיסטירט בכלל נישט דער רבֿ, וואָס האָט כּלומרשט גערופֿן צו אַזאַ אַקציע, אָדער די אָרגאַניזאַציע וואָס ער האָט געזאָלט רעפּרעזענטירן.

דער פּרעזידענט פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, מאַרטין שולץ, וועלכער איז אַ דײַטש, און קאַטאַרינאַ וואָן שנורבײַן, די אייראָפּעיִשע קאָאָרדינאַטאָרין אינעם קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם — אויך אַ דײַטשקע — האָבן נישט עפֿנטלעך קריטיקירט אַבאַסן בעת אָדער נאָך דער רעדע. פֿאַרקערט: נאָך דער רעדע האָט מען אים געגעבן אַ שטייענדיקע אָוואַציע, האָט פֿרייליך געשריבן.

„דאָס ערגסטע פֿון אַלץ איז וואָס מאַרטין שולץ האָט אויף ׳טוויטער׳ אַפֿילו באַצייכנט אַבאַס׳ רעדע ווי ׳אינספּירירנדיק׳,‟ האָט פֿרייליך צוגעגעבן.

„יודס אַקטויִל‟ האָט געשריבן דעם בריוו צו מערקעל נאָך דעם ווי שולצס ביוראָ האָט געזאָגט דער צײַטונג: „דער אינהאַלט פֿון דער רעדע איז דאָס אַחריות פֿון די מלוכישע פֿירער אַליין, און דער אייראָפּעיִשער פּאַרלאַמענט איז נישט אין קיין פּאָזיציע צו צענזורירן אָדער קאָנטראָלירן די רייד.‟

פֿרייליך האָט אויף דעם געענטפֿערט, אַז די בעלגישע ייִדן זוכן נישט צו קאָנטראָלירן אָדער צענזורירן קיינעם, אָבער פֿאָדערן יאָ „אַן אומבאַדינגטע אָפּוואַרפֿונג פֿון אַזאַ אַנטיסעמיטישער העצע דאָ אין אייראָפּע.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.