קאַמפּאַניע צו העלפֿן אוקראַיִנישע ייִדיש־סטודענטן

Campaign to Support Ukrainian Yiddish Students

אַ קלאַס סטודענטן אין דער „ווילנער ייִדיש־פּראָגראַם‟
אַ קלאַס סטודענטן אין דער „ווילנער ייִדיש־פּראָגראַם‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 12, 2016, issue of July 27, 2016.

פֿינף אוקראַיִנישע גראַדויִר־סטודענטן, וועלכע האָבן שטאַרק געוואָלט זיך לערנען ייִדיש אין דער אָנגעזעענער „ווילנער זומער־פּראָגראַם‟, וועלן אפֿשר מוזן אויפֿגעבן דעם חלום, צוליב דעם וואָס אַ קאַמפּאַניע צו זאַמלען געלט לטובֿת דעם צוועק האָט דערווײַל באַקומען בלויז $1,116. בסך־הכּל דאַרפֿן די סטודענטן קריגן $6,000, כּדי זיך צו קענען באַטייליקן אין דער פּראָגראַם.

די ווילנער ייִדיש־פּראָגראַם הייבט זיך אָן דעם 17טן יולי און גייט ביזן 12טן אויגוסט.

די קאַמפּאַניע איז געגרינדעט געוואָרן דעם 10טן מײַ דורך טשאַרלס באָנדס, אַ דאָקטאָראַנט פֿון אינדיאַנע־אוניווערסיטעט, וואָס האָט זיך באַקענט מיט די פֿיר סטודענטן בעת ער איז געווען אין אוקראַיִנע אַ דאַנק אַ „פֿולברײַט‟־סטיפּענדיע. ער האָט לאַנצירט די קאַמפּאַניע דורך דער וועבזײַט GoFundMe.com.

„צוליב די פֿינאַנציעלע שוועריקייטן פֿון די אוקראַיִנישע סטודענטן און דער דוחק אין סטיפּענדיע־פֿאָנדן, האָבן זיי פּשוט נישט די רעסורסן כּדי צו פֿאָרן, פֿאַרברענגען צײַט אַוועק פֿון דער היים, און געניסן פֿון אַן איבערלעבונג וואָס אַ סך סטודענטן איבער דער וועלט געניסן יאָ פֿון איר,‟ האָט באָנדס דערקלערט.

„ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דער אָנגייענדיקער אָקופּאַציע פֿון איר טעריטאָריע, און דער מלחמה קעגן איר סוּווערעניטעט, לײַדט אוקראַיִנע איצט גרויסע עקאָנאָמישע און גײַסטיקע יסורים,‟ האָט באָנדס ווײַטער דערקלערט. „אַ טייל פֿון אוקראַיִנעס הײַנטיקן קאַמף איז טאַקע פֿאַר איר אידענטיטעט און געשיכטע. די פֿיר יונגע לײַ זענען זייער געראָטענע גראַדויִר־סטודענטן פֿונעם קיִעווער ׳מאָהילאַ־אוניווערסיטעט׳, וועלכע זענען איבערגעגעבן צו פֿאַרבעסערן זייער פֿאַרשטאַנד פֿון ייִדיש — אַ שפּראַך וואָס איז אַ וויכטיקער טייל פֿון אוקראַיִנעס קולטור און געשיכטע.‟

ד”ר דובֿ־בער קערלער, אַ ייִדיש־פּראָפֿעסאָר אין „אינדיאַנע־אוניווערסיטעט‟, וואָס פּרוּווט שוין צוויי חדשים לאַנג צו פֿאַרשפּרייטן באָנדס קאַמפּאַניע אויף „פֿייסבוק‟, איז אַנטוישט אין די רעזולטאַטן. „גאָר אַ סך מענטשן האָבן גע־’לײַקט’ מײַנע אַנאָנסן וועגן דעם אַפּעל, און געוויסע מענטשן האָבן אַפֿילו געהאָלפֿן עס פֿאַרשפּרייטן דורך ׳פֿייסבוק׳, אָבער ווי עס זעט אויס, וועלן די סטודענטן, אין לעצטן סך־הכּל, זיך נישט קענען באַטייליקן אין דער ווילנער פּראָגראַם, ווײַל דער אינטערעס צו גיבן די נייטיקע פֿינאַנציעלע שטיצע איז, אַ פּנים, אַ סך קלענער ווי דער אינטערעס צו שטעלן אַ ׳לײַק׳ אויף ‘פֿייסבוק’. און דאָס איז אַ שאָד ווײַל די ווילנער זומער פּראָגראַם הייבט זיך שוין אָן אין ווייניקער פֿון אַ וואָך.‟

יעדעס יאָר קומען סטודענטן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער און הינטערגרונטן קיין ווילנע, כּדי זיך צו לערנען אין דער פֿיר־וואָכיקער ייִדיש־פּראָגראַם. די פּראָגראַם, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין אָקספֿאָרד, ענגלאַנד אין 1982, האָט זיך שפּעטער איבערגעצויגן אינעם „ווילנער־אוניווערסיטעט‟, און אין 2001 איז דער קורס געוואָרן אַ טייל פֿונעם דעמאָלט־נײַעם „ווילנער ייִדיש־אינסטיטוט‟.

נאָך מער אינפֿאָרמאַציע וועגן דער קאַמפּאַניע צו שטיצן די סטודענטן, גייט צו https://www.gofundme.com/23d8zf8.