אַלי רײַזמאַן וועט ווידער קאָנקורירן אין דער אָלימפּיאַדע

Aly Raisman To Compete at the Rio Olympics

אַלי רײַזמאַן
Getty Images
אַלי רײַזמאַן

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 13, 2016, issue of July 27, 2016.

די פּאָפּולערע ייִדישע גימנאַסטקע אַלי רײַזמאַן, וואָס האָט געוווּנען צוויי גאָלדענע מעדאַלן מיט פֿיר יאָר צוריק בעת דער אָלימפּיאַדע אין לאָנדאָן, וועט ווידער זײַן אַ טייל פֿונעם אַמעריקאַנער גימנסאַטיק־מאַנשאַפֿט אויף דער אָלימפּיאַדע אין בראַזיל.

רײַזמאַן, וואָס איז געוואָרן אַ פּאָפּולערע פּערזענלעכקייט מחוץ דער וועלט פֿון ספּאָרט אַ דאַנק איר חוש פֿאַר הומאָר און מאָדע, האָט מצליח געווען צו באַקומען דעם דריטן אָרט אין די פּראָבעס צו באַשליסן ווער עס וועט רעפּרעזענטירן אַמעריקע אין ריאָ דע דזשאַנעראָ. פֿאַרשידענע קאָמענטאַטאָרן האָבן פֿריִער געהאַט דערקלערט, אַז זיי צווייפֿלען צי זי קען באַקומען אַן אָרט אויף דער מאַנשאַפֿט צוליב איר עלטער. בײַ 22 יאָר איז רײַזמאַן עלטער ווי אַלע אַנדערע גימנאַסטקעס אויף דער אָלימפּיאַדע און די אַנדערע אַמעריקאַנער אויף איר מאַנשאַפֿט רופֿן איר דערפֿאַר טאַקע „באָבע‟.

אַחוץ דער הויכער ניוואָ פֿון די אַטלעטקעס, צייכנט זיך אויך אויס די אַמעריקאַנער פֿרויענס־גימנאַסטיק־מאַנשאַפֿט מיט איר פֿאַרשידנאַרטיקייט: אַחוץ רײַזמאַן שליסן זיך אײַן אין אים צוויי אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנערינס, גאַבי דאָוגלאַס און סימאָן בילעס; לאַורי הערנאַנדעז, פֿון לאַטײַנער אָפּשטאַם און מאַדיסאָן קאָציאַן, וואָס איז אַ ווײַסע. היסטאָריש גערעדט איז די גימנאַסטיק, אַזוי ווי גאָלף און סקוואַש, שטאַרק פֿאַרבונדן מיט ווײַסע מענטשן און בלויז די פֿון די הויכע געזעלשאַפֿטלעכע שיכטן, די אַזוי־גערופֿענע „וואַספּן‟. אַזאַ פֿאַרשידנאַרטיקייט בײַט טאַקע דעם אימאַזש פֿונעם ספּאָרט אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, בפֿרט אַז די צוויי גרעסטע שטערנס מיט פֿיר יאָר צוריק זענען געווען דאָוגלאַס, אַן אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנערין און רײַזמאַן, אַ ייִדישע טאָכטער.