קאָנטראָווערסיעלער אַרטיקל וועגן יאָני פֿײַנס הויז

Controversial Article about Yonia Fain's House

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published July 15, 2016, issue of July 27, 2016.

יאָני פֿײַן
יאָני פֿײַן

ס׳איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אַז בײַ די אַרטיקלען אין די ניו־יאָרקער צײַטונגען וועגן שיינע דירות וואָס ווערן פֿאַרקויפֿט, פֿעלט אַ געוויסן טאַקט.

אַזעלכע אַרטיקלען, בפֿרט די אין דער „ניו־יאָרק־טײַמס‟ און אין דער „ניו־יאָרק־פּאָסט‟ ווײַזן אָפֿט אַ געוויסן דוחק פֿון רעספּעקט צו די מענטשן, וואָס פֿאַרמאָגן די דירות און פֿאָקוסירן כּמעט אויסשליסלעך אויף די גאָר רײַכע מענטשן, וואָס קענען זיך דערלויבן צו קויפֿן טײַערע דירות און ניט, להבֿדיל, אויף די אָרעמע־ און מיטל־קלאַסיקע ניו־יאָרקער אײַנוווינער, וואָס דאַרפֿן פֿאַרלאָזן זייערע הײַזער צוליב דער כּסדר־שטײַגנדיקער גענטריפֿיקאַציע.

די אַרטיקלען אין די בײַלאַגעס וועגן גרונט־האַנדל זענען אַזוי אַבסורד, אַז ס׳איז דאָ אַפֿילו אַ גאַנצער זשאַנער פֿון פּאַראָדיעס וועגן זיי. אַ מאָל קען מען בכלל ניט דערקענען, צי אַ געוויסער אַרטיקל איז די עכטע סחורה, צי גאָר אַ וויץ.

צום באַדויערן, איז דער אַנומלטיקער אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק־פּאָסט‟ מיטן עקלדיקן קעפּל „כאַפּ דאָס קינסטלערישע הויז פֿון אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה פֿאַר בלויז 3.8 מיליאָן דאָלאַר‟ ניט געווען קיין פּאַראָדיע. ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, האָט דאָס שיינע „טאַונהאַוס‟, וואָס איז געבויט געוואָרן אין 1899, באַלאַנגט צום גרויסן ייִדישן פּאָעט און מאָלער יאָני פֿײַן ז׳׳ל, וואָס איז ניפֿטר געוואָרן אין 2013 צו 100 יאָר. דער אַרטיקל גיט איבער וועגן פֿײַנס לעבן און קאַריערע אָבער פֿאָקוסירט זיך צום־מערסטנס אויפֿן הויז, וואָס דער דיכטער האָט איבערגעלאָזט דעם „האָפֿסטראַ־אוניווערסיטעט‟, וווּ ער איז געווען אַ פּראָפֿעסאָר פֿון קונסט־געשיכטע.

אין אַ „פֿייסבוק‟־פּאָסט האָט שיין בייקער, דער דירעקטאָר פֿונעם „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס‟, וואָס האָט מיטגעאַרבעט מיט יאָני פֿײַנען, שאַרף קריטיקירט דעם אַרטיקל און דעם אופֿן, ווי אַזוי מע רעקלאַמירט דאָס הויז ווי „אַ מציאה‟ וואָס מע קען „כאַפּן‟ בײַ אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה. ער האָט ווײַטער דערקלערט אין זײַן פּאָסט, אַז יאָני פֿײַן האָט איבערגעלאָזט „האָפֿסטראַ‟ דאָס הויז מיט דער האָפֿענונג, אַז דער אוניווערסיטעט וועט אויסנוצן דאָס געלט פֿונעם פֿאַרקויפֿן זײַן היים צו שאַפֿן אַ גאַלעריע פֿון זײַנע מאָלערײַען און צייכענונגען ווי אַ דענקמאָל לזכר די זעקס־מיליאָן קרבנות פֿונעם חורבן.

לויט בייקער האָט „האָפֿסטראַ‟ אָבער אַוועקגעגעבן אַ סך פֿון די קונסט־ווערק, וואָס האָבן זיך געפֿונען אינעם הויז, אויף אַן אומאָרגאַניזירטן אופֿן. אויף „פֿייסבוק‟ האָט בייקער געשטעלט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון פּרעכטיקע צייכענונגען און מאָלערײַען פֿון יאָני פֿײַן, וואָס ער האָט אַליין באַקומען פֿונעם הויז ווען „האָפֿסטראַ‟ האָט „געוואָלט פּטור ווערן פֿון זיי‟. „האָפֿסטראַ‟ גיט איבער, אַז דער אוניווערסיטעט האָט ניט געבעטן, מע זאָל בכלל אָנשרײַבן אַן אַרטיקל וועגן דעם הויז.

אין אַ שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟ האָט בייקער באַטאָנט, אַז די אויספֿירער פֿון יאָני פֿײַנס צוואה, עדינה צימעט און מײַקל סינגער, האָבן געטאָן „אַלץ וואָס מעגלעך אָפּצוהיטן, ראַטעווען, און אויספֿירן די צוואה אויף אַ בכּבֿודיקן אופֿן‟. די אויספֿירער פֿון צוואות האָבן אָבער ניט קיין סך קאָנטראָל איבער דעם, ווי אַזאַ מע צעטיילט די פֿאַרמעגנס.

דאָס הויז, אויף 202 קאַראָל־גאַס אין קאַראָל־גאַרדענס, ברוקלין, איז הײַנט צוטיילט אויף צוויי דעפּלעקס־דירות. דער נײַער אײגנטימער פֿונעם הויז, וועט מסתּמא פֿאַרדינגען די צוויי דירות צו צוויי משפּחות. פֿון יאָני פֿײַנס צײַט אינעם הויז און די רײַכע קונסט־ווערק און לידער וואָס ער האָט דאָרטן געשאַפֿן וועט, אַ פּנים, קיין צייכן ניט פֿאַרבלײַבן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.