ווידעאָ: דער ייִדישער בויכרעדער

Video: The Yiddish Ventriloquist

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 19, 2016, issue of July 27, 2016.

פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה זײַנען געווען אמתע ייִדישע ליאַלקע־טעאַטערס, סײַ אין פּוילן, סײַ און אַמעריקע. אין ווילנע האָט געשפּילט דער באַקאַנטער „מײַדים‟־טעאַטער, און אין וואַרשע האָט משה בראָדערזאָן געגרינדעט איינעם מיטן נאָמען „חד־גדיא‟. ד״ר עדי פּאָרטנוי, פֿון ייִוואָ, האָט אַ סך געפֿאָרשט דעם „מאָדיקאָט‟־טעאַטער, וואָס עס האָבן דאָ אין אַמעריקע געשאַפֿן די צוויי לינקע סאַטיריסטן זוני מאַוד און יאָסל קאָטלער. די טרופּע „גרויסע קליינע ווערק‟, אָנגעפֿירט פֿון דזשעני ראָמיין, האָט שוין עטלעכע מאָל געשטעלט אַ נײַע ליאַלקע־פֿאָרשטעלונג באַזירט אויף דער געשיכטע פֿון „מאָדיקאָט‟. די דראַמאַטישע פֿאָרלייענונג פֿון לייוויקס „אַ חתונה אין פֿערנוואַלד‟, וואָס די פֿאָלקסבינע האָט געשטעלט מיט אַ חודש צוריק, האָט אויך אַרײַנגענומען עטלעכע ליאַלקעס (געשפּילט פֿון ראָמיין). דערצו זײַנען דאָ פֿאַרשיידענע ניט־פּראָפֿעסיאָנעלע ליאַלקע־שפּילערס אין דער פֿרומער וועלט.

אָבער דווקא בויכרעדערס, וואָס שפּילן אויף ייִדיש, איז פֿאַראַן בלויז איינער אויף דער וועלט: יונתן געפֿנער. געפֿנער האָט זיך אויסגעלערנט ייִדיש בײַ איטשע גאָלדבערג אין קווינס־קאַלעדזש מיט פֿערציק יאָר צוריק און ער איז לאַנג געווען פֿאַרבונדן מיט „יוגנטרוף‟. דעמאָלט האָט ער אָבער ניט געהאַט די מעגלעכקייט, אַזוי ווי הײַנט, צו שפּילן פֿאַר ייִדיש־רעדנדיקע קינדער — חסידישע. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז די ייִדישיסטן האָבן זיך דערנעענטערט אַ ביסל צו די חסידים, און אויך פֿאַרקערט, אַזוי אַז אַ בשותּפֿותדיקע שעפֿערישע אַרבעט איז געוואָרן מעגלעך.