ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

סאָפֿיאַ גוטערמאַן, די מאַמע פֿון אַ יונג מיידל װאָס איז דערהרגעט געוואָרן אינעם אַטאַק אין 1994, רעדט בעת דער הזכּרה־צערעמאָניע
סאָפֿיאַ גוטערמאַן, די מאַמע פֿון אַ יונג מיידל װאָס איז דערהרגעט געוואָרן אינעם אַטאַק אין 1994, רעדט בעת דער הזכּרה־צערעמאָניע

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published July 20, 2016, issue of July 27, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

מאָנטיק, דעם 18טן יולי 1994, מיט 22 יאָר צוריק, בין איך, צום צװייטן מאָל, געבוירן געװאָרן.

דאָס איז געװען 9:52 אין דער פֿרי, װען אַ באָמבע האָט צעשטערט דעם קהילה־בנין, װוּ דער אַרגענטינער ייִװאָ האָט פֿונקציאָנירט אויפֿן דריטן און און אַ טייל פֿון פֿערטן גאָרן. די ראַדיאָ־אוידיציע פֿון ייִװאָ, „די נײַע ייִדישע שעה‟, האָט ממש געראַטעװעט מײַן לעבן, װײַל געוויינטלעך בין איך שוין 9 אין דער פֿרי געװען בײַ דער אַרבעט. מאָנטיק פֿלעג איך אָבער אָנהייבן מײַן אַרבעטטאָג אַ ביסל שפּעטער, האַלב־עלף, װײַל די ראַדיאָ־אוידיציע האָבן מיר טראַנסמיטירט זונטיק, פֿון 10 ביז 12 בײַ נאַכט.

װי אין די לעצטע 22 יאָר האָט דער ייִשובֿ אָרגאַניזירט אַ הזכּרה, בײַם אויפֿגעבויטן בנין פֿון דער קהילה. אַ גרויסער עולם האָט זיך פֿאַרזאַמלט און אַ סירענע האָט דערמאָנט די שעה װען דער אַטענטאַט איז פֿאָרגעקומען. דער פּרעזידענט מאָריציאָ מאַקרי, וואָס האָט פֿריִער, 9 אַ זייגער, שוין געהאַט געלייגט אַ בוקעט בלומען בײַם מאָנומענט אינעם הויף װאָס דערמאָנט זיי, איז געשטאַנען צװישן עולם — צום ערשטן מאָל אין 8 יאָר װי אַ פּרעזידענט באַטייליקט זיך אין דער הזכּרה.

די װיצע־פּרעזידענטין, דער בירגערמײַסטער פֿון דער שטאָט, מיניסטאָרן, דעפּוטאַטן, סענאַטאָרן און פּאָליטיקערס פֿון אַלע ריכטונגען זײַנען אויך געשטאַנען צװישן די אָנװעזנדיקע. מען האָט איבערגעלייענט די נעמען פֿון די 85 קרבנות, מען האָט אָנגעצונדן אַ ליכטל און געלייגט אַ בלום אין זייער נאָמען אויף דער װאַנט װאָס דערמאָנט זייערע נעמען. צװישן עולם איז אויך געװען די מאַמע פֿונעם פּראָקוראָר אַלבערטאָ ניסמאַן װאָס איז געפֿונען געװאָרן אַ טויטן מיט 18 חדשים צוריק, אויך אין אַ מאָנטיק.

דער װיצע־פֿאָרזיצער פֿון דער קהילה האָט אין זײַן װאָרט געפֿאָדערט מען זאָל, סוף־כּל־סוף, געפֿינען די שולדיקע װײַל אַ פֿאַרבלוטיקטע יוסטיץ איז נישט קיין יוסטיץ, נאָר אַ קאָרופּציע פֿון דער יוסטיץ. ער האָט אויך געבעטן, אַז דער ייִדישער ייִשובֿ זאָל זיך פֿאַראייניקן און אַז אַלע פֿאַקטאָרן זאָלן רעספּעקטירן יענע װאָס טראַכטן אַנדערש. געמיינט האָט ער דעם ריס צװישן דער אָרטאָדאָקסיע און אַנדערע פּאָליטישע ריכטונגען װאָס צוליב דעם האָט מען נאָך נישט דורכגעפֿירט די װאַלן אין דער קהילה.

דער זינגער כאַיראָ האָט אויפֿגעטראָטן מיטן ליד „מיר האָבן נישט קיין מורא‟ און דער זשורנאַליסט כעראַרדאָ „טאַטאָ‟ יאַנג האָט אין זײַן װאָרט געבעטן יעדן אינעם עולם זיך דערמאָנען וווּ ער איז געװען ווען ער האָט דערהערט די נײַעס וועגן דעם אַטאַק. 50% פֿון דער אַרגענטינער באַפֿעלקערונג איז דעמאָלט נאָך נישט געהאַט געבוירן געוואָרן און ער, װי אַ יונגער זשורנאַליסט, איז געשיקט געװאָרן פֿון זײַן צײַטונג צום אוניװערסיטאַרן שפּיטאָל, װאָס געפֿינט זיך אַ 200 מעטער פֿון דער קהילה. ער האָט אויך געװאָרנט אַז די װעלט שטייט הײַנט אין אַ געפֿערלעכן קאַמף קעגן דעם אינטערנאַציאָנאַלן טעראָריזם װאָס האָט דורכגעפֿירט אין אַרגענטינע צװיי שוידערלעכע אַטענטאַטן: אויף דער ישׂראל־אַמבאַסאַדע און אויף דער קהילה, נישט נאָר קעגן ייִדן, נאָר קעגן דער גאַנצער אַרגענטינער געזעלשאַפֿט און קעגן דער מענטשהייט.

סאָפֿיאַ גוטערמאַן, די מאַמע פֿון אַ יונג מיידל װאָס איז דערהרגעט געוואָרן אין יענעם אַטאַק, האָט גערעדט אין נאָמען פֿון די געליטענע קרובֿים. זי האָט מיט שװערע װערטער פֿאַרדאַמט די פֿאַרדאָרבענע ריכטערס און די רעגירונגען װאָס האָבן פֿאַרדעקט די אַטענטאַטן; געזאָגט אַז שוין 22 יאָר װי זי קען נישט שלאָפֿן, און אַז די פֿרייד האָט זיך אויסגעלאָשן פֿון איר לעבן. זי האָט קריטיקירט די פֿריִערדיקע רעגירונג װאָס האָט אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך מיט איראַן; און אויך קריטיקירט די אויסערן־מיניסטאָרין װאָס האָט פֿאַרדאַמט דרײַ טעראָריסטישע אַטענטאַטן איבער דער וועלט אין חודש יוני, אָבער דעם אַטאַק אויף אַן אײַנקויף־צענטער אין תּל־אָבֿיבֿ האָט זי נישט באַצייכנט ווי אַ פֿאַל פֿון טעראָריזם.

די לאָזונג פֿון דער איצטיקער רעגירונג, פֿאַר די װאַלן, איז געװען „מען קען‟ (מען קען בײַטן דעם רעזשים) און פֿרוי גוטערמאַן האָט אויסגעדריקט דעם װוּנטש אַז איבער אַ יאָר זאָל מען קענען זאָגן „מען האָט געקענט‟ (מען האָט באַװיזן צו געפֿינען װער סע זײַנען געװען די שולדיקע). אַזוי האָט זיך פֿאַרענדיקט די הזכּרה און מען האָט געבעטן אַז דער עולם זאָל שװײַגן און זאָגן אַ תּפֿילה לויט זײַן גלויבן. נאָך דעם איז מען זיך צעגאַנגען מיט אַ טרויער װאָס דויערט שוין 22 יאָר.

אין אַ שײַכותדיקער ידיעה, איז זונטיק, דעם 17טן יוני, דערעפֿנט געװאָרן דער ערשטער גלאָבאַלער פֿאָרום קעגן אַנטיסעמיטיזם, װאָס דער לאַטײַן־אַמעריקאַנער ייִדישער קאָנגרעס האָט פֿאַררופֿן. עס האָבן זיך באַטייליקט דעלעגאַטן פֿון אַלע ייִשובֿים פֿון דרום־אַמעריקאַנער קאָנטינענט. דער פֿאָרזיצער זשאַק טורפּין האָט געעפֿנט די סעסיעס און די צענטראַלע רעדע האָט געהאַלטן די אַרגענטינער װיצע־פּרעזידענטין, גאַבריעלאַ מיקעטי, װאָס האָט אין איר װאָרט פֿירגעבראַכט דעם קאָמפּראָמיס פֿון איר רעגירונג צו באַקעמפֿן דעם אַנטיסעמיטיזם דורך דערציִונג. אַלע דעלעגאַטן האָבן זיך אויף מאָרגן באַטייליקט אויף דער הזכּרה בײַם בנין פֿון דער קהילה און נאָך דעם ממשיך געווען די סעסיעס מיט באַריכטן װעגן דעם מצבֿ אין לאַטײַן־אַמעריקע.