פּרשת בלק, תּשע״ו

Weekly Torah Portion: Bolok, 5776

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published July 21, 2016, issue of July 27, 2016.

דער מואבֿישער מלך בלק איז געווען אַ שׂונא־ישׂראל, וועלכער האָט פֿאַרבעטן דעם בייזן כּישוף־מאַכער בלעם צו פֿאַרשעלטן די ייִדן.

די חז״ל דערקלערן, אַז בלעם האָט געוווּסט אַ געוויסן מאָמענט, ווען דער באַשעפֿער הערט זיך צו צו די טויט־קללות און האָט געהאָפֿט אויסצונוצן זײַן פֿינצטערע מיסטישע ידיעה.

דער באַשעפֿער האָט געוואָרנט בלעם צו לאָזן די ייִדן צו רו. בלק האָט אים אָבער איבערגערעדט ממשיך צו זײַן דעם קללה־פּלאַן. בלעמס זי־אייזל האָט דערזען אַ מלאך און על־פּי־נס אָנגעהויבן רעדן. פֿונדעסטוועגן, האָט דער מכשף ווײַטער געפּרוּווט אויסצופֿירן בלקס בקשה.

צום סוף, איז בלעם אַרויפֿגעגאַנגען אויף אַ באַרג, זיך צוגעגרייט צו שעלטן די ייִדן, אָבער למעשׂה זיי דרײַ מאָל געבענטשט, ווײַל דער אייבערשטער האָט אַרײַנגעלייגט די ברכה־ווערטער אין זײַן מויל. בלק האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דער אָריגינעלער פּלאַן האָט נישט געפּועלט, און אויסגענוצט אַן אוראַלטן פֿאַרפֿירונג־מעטאָד: אַרײַנגעשיקט אינעם מידבר אַ גרופּע מואבֿישע פֿרויען, וועלכע האָבן אָנגעהויבן זינדיקן מיט די ייִדן און בשעת־מעשׂה זיי אײַנגערעדט צו דינען עבֿודה־זרה.

די חז״ל דערקלערן, אַז דער מואָבֿישער קיניג האָט געצוווּנגען זײַן אייגענע טאָכטער זיך צו באַטייליקן אינעם דאָזיקן „פּראָיעקט‟. כּדי אָפּצושטעלן די מגיפֿה, וועלכע איז אויסגעבראָכן צוליב די פֿאַרפֿירערישע פֿרויען, האָט פּינחס דערהרגעט מיט אַ שווערד די פּרינצעסין, כּזבי, צוזאַמען מיט איר ייִדישן געליבטן, זמרי.

דער סיפּור־המעשׂה אין דער הײַנטיקער פּרשה איז גוט באַקאַנט און, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, פֿול מיט פּאַראַדאָקסן. מיט צוויי וואָכן צוריק האָט מען געלייענט אַן אַנדער פּרשה, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון קורח, דעם אָרגאַניזאַטאָר פֿון אַ גרויס־מאַסשטאַביקן אויפֿשטאַנד קעגן משה רבינו. קורח האָט אָבער געהאַט טיפֿע כּוונות און געהאָפֿט צו אַנטפּלעקן אַ משיחישן דרך אין עבֿודת־השם. להיפּוך, איז בלק געווען סתּם אַ רשע. אַפֿילו בלעם, אַ קלאַסישער שלעכטער פּערסאָנאַזש אין דער ייִדישער טראַדיציע, האָט זיך לכתּחילה אָפּגעזאָגט צו שעלטן די ייִדן. עס באַקומט זיך, אַז בלק איז געווען נאָך ערגער. פֿאַרוואָס זשע טראָגט די הײַנטיקע סדרה דעם נאָמען פֿון אַזאַ פּאַרשוין?

אַן אַנדער פּאַראַדאָקס באַשטייט אין דעם, וואָס בלעם איז געווען, ווי עס באַטאָנען אונדזערע חכמים, אַן עכטער גרויסער נבֿיא, הגם זײַן נבֿואה־כּוחות האָט ער געשעפּט פֿון דער סיטרא־אַחרא. עס באַקומט זיך, אַז אין דער אמתן איז ער געווען אַ מין „אַנטי־נבֿיא‟. ער האָט געהאַט דערגרייכט אַזאַ נידעריקע מדרגה פֿון שלעכטס, אַז מיט זײַנע קללות האָט ער געקאָנט, ווי ער האָט געמיינט, איבערקליגן דעם באַשעפֿער אַליין און פֿאַרוואַנדלען די ייִדן, חלילה, פֿון אַ געבענטשט אין אַ פֿאַרשאָלטן פֿאָלק.

למעשׂה האָט זיך אים דאָס אָבער נישט אײַנגעגעבן. אַזוי צי אַזוי, הייבט זיך אָן די גאַנצע תּפֿילת־שחרית מיט בלעמס ווערטער. אין אַלטע סידורים טרעפֿט זיך אַן אָנזאָג, לויט וועלכן מע דאַרף, סײַדן מע אײַלט זיך צוליב אַ וויכטיקער סיבה, אָנהייבן דאָס דאַוונען אינדערפֿרי מיט „מה טבֿו אהליך יעקבֿ״ ביז „עלינו לשבח‟.

אויפֿן ערשטן בליק, קלינגען די דאָזיקע צוויי עלעמענטן פֿונעם דאַוונען ווי אינגאַנצן היפּוכדיקע. אין „עלינו לשבח‟ דאַנקען מיר דעם באַשעפֿער, אַז מיר זײַנען נישט קיין געצנדינער, און בלעם איז אַליין געווען אַן עובֿד־עבֿודה־זרה און אַ זעלטענער רשע. אַזוי צי אַזוי, האָט דער רבונו־של־עולם אים געצוווּנגען אַרויסצוזאָגן פּאָעטיש־שיינע ברכה־ווערטער. ווי אַזוי אָבער האָט דער הויפּט־אָרגאַניזאַטאָר פֿונעם קללה־פּלאַן זוכה געווען צו באַקומען אַן אָרט אינעם ייִדישן לוח, וווּ עס שטייט געשריבן, אַז די וואָך קומט „שבת בלק‟?

די חסידישע צדיקים לייגן פֿאָר אַ גוטן תּירוץ אויף דער דאָזיקער קשיא. זײַענדיק אַ בייזער און פֿאַרדאָרבענער מענטש, האָט בלק געהאַט איין גוטע מידה: מסירת־נפֿש. הגם ער האָט אַליין געוווּסט, אַז זײַן פּלאַן איז רישעותדיק, האָט ער מוסר־נפֿש געווען עס אויסצופֿירן. די באַרימטע גיורת רות האָט געשטאַמט פֿון בלק, געירשנט די דאָזיקע מידה און איבערגעגעבן זי צו איר אוראייניקל, דוד המלך. אין דער הײַנטיקער פּרשה האָט בלק אַרויסגעוויזן ממש אַ משיחישע איבערגעגעבנקייט צו זײַן פּלאַן, דערפֿאַר האָט ער פֿאַרדינט צו ווערן אַן אורפֿאָטער פֿונעם קומענדיקן מלך־המשיח און אַן אָרט אין דער רשימה פֿון די פּרשיות.

הגם דער דאָזיקער תּירוץ איז טאַקע אַ גוטער, שטעקט אין אים נאָך אַלץ אַ גרויסער פּאַראַדאָקס, וועלכן ס׳האָט באַמערקט הרבֿ אַבֿרהם־יהודה חן, איינער פֿון די אָריגינעלסטע חסידישע דענקער. וואָס איז געשען אויף יענער וועלט מיט די קריסטלעכע אינקוויזיטאָרן, וועלכע האָבן פֿאַרברענט מענטשן לעבעדיקערייט, גלייבנדיק באמונה־שלמה, אַז דורך אַזאַ מיתה־משונה פֿאַרבעסערן זיי די וועלט?

דער בעל־שם־טובֿ האָט געשטעלט דעם אַקצענט אויפֿן ענין „רחמנא ליבא בעי‟; די כּוונה פֿונעם האַרץ איז, בדרך־כּלל, וויכטיקער פֿון די מעשׂים. ווי ווײַט קאָן מען אָבער אָנווענדן דעם דאָזיקן פּרינציפּ צו פּראַקטישע סיטואַציעס? אין דער חסידישער געשיכטע געפֿינען מיר בלויז פֿרידלעכע און מעסיקע בײַשפּילן פֿון „עבֿירות־לשמה‟. למשל, אַן עם־הארציש קינד האָט געבלאָזן יום־ּכּיפּור אין אַ פֿײַפֿל און אַזוי אַרום אויפֿגעהויבן אינעם הימל די תּפֿילות פֿון אַנדערע מתפּללים; איינער אַ חסיד האָט נישט געקאָנט פֿאַרטראָגן, אַז אַ בלאַט פֿון אַ ספֿר ליגט אין בלאָטע, און האָט עס אַוועקגעטראָגן שבת אין אַ שטעטל, כאָטש קיין עירובֿ איז נישט געווען.

קיין מפֿרשים זאָגן נישט, אַז בלק האָט געמיינט לשם־שמים. פֿונדעסטוועגן, האָט די תּורה פֿאַררעכנט זײַן איבערגעגעבנקייט צו אַ געוויסער בייזער אידעע פֿאַר אַ מעלה. צי קאָן מען זאָגן, אַז אויב עמעצער מיינט באמת לשם־שמים, אָבער למעשׂה טוט שלעכטס, פֿאַרדינט ער נאָך אַ גרעסערן כּבֿוד?

די דאָזיקע קשיא בלײַבט באַזונדערס אַקטועל הײַנט, ווען אין דער וועלט טרעפֿן זיך משוגעים, וואָס זענען גרייט זיך אַליין אויפֿצורײַסן און דערהרגענען צופֿעליקע קרבנות, כּדי צו פֿאַרשפּרייטן זייער אויסטערליש פֿאַרקרימטע אמונה. צי קען מען זאָגן, אַז פֿון אַזעלכע פּאַרשוינען קאָן מען אָפּלערנען – פֿאַרשטייט זיך, אין אַ פֿרידלעכן און אָרנטלעכן אופֿן – אַז נישט אַלע מענטשן אין דער הײַנטיקער פּראַגמאַטישער וועלט מאָטיווירן זייערע מעשׂים מיט מאַטעריאַליסטישע צוועקן? בלק איז געווען אַ גרויסער רשע, אָבער אַ מאַטעריאַליסט איז ער זיכער נישט געווען. זײַנע פּלענער דורכצופֿירן אַ קללה־ריטואַל און צו פֿאַרשפּרייטן אַן עבֿודה־זרה זענען דאָך געווען בפֿירוש מיסטישע.

אין די פֿריִערדיקע פּרשה־אַרטיקלען האָבן מיר שוין געשמועסט, אַז דער גאַנצער חומש „במדבר‟ הייסט „ספֿר פּקודים‟, ווײַל אינעם דאָזיקן טייל פֿון דער תּורה גייט כּסדר אַ רייד וועגן חשבונות, אינעם בוכשטעבלעכן צי פֿיגוראַטיוון זין פֿון וואָרט. אין דער הײַנטיקער סדרה, וואָס גיט אָפּ אַ געוויסן כּבֿוד אַזאַ ווילדן רשע, שטעקט אַן אויסערגעוויינטלעך פּאַראַדאָקסאַלער הימלישער חשבון. איינער פֿון די ערגסטע פּערסאָנאַזשן אינעם תּנ״ך האָט געשפּילט אַ ראָלע אינעם פּראָצעס פֿון משיחישער גאולה דווקא צוליב זײַן מסירת־נפֿשדיק עקשנות.

אינעם תּנ״כישן ספֿר־מלכים ווערט דערציילט, אַז ווען געוויסע יונגע כוליגאַנען האָבן זיך איזדיעקעוועט איבערן נבֿיא אלישע, זענען על־פּי־נס אַרויסגעקומען צוויי בעריכעס פֿונעם וואַלד און פֿאַרצוקט 42 גראָבע יונגען. דער גרויסער איטאַליענישער מקובל רבי מנחם־עזריה פֿון פֿאַנאָ (רמ״ע מפֿאַנו) באַטאָנט, אַז אין די דאָזיקע בערן זענען נתגלגל געוואָרן די נשמות פֿון בלק און בלעם. אויב דער שלעכטער מואָבֿישער מלך האָט טאַקע זײַן תּיקון אויף אַזאַ אופֿן, אילוסטרירט עס גאַנץ גוט, אַז „נפֿלאות מעשׂיך‟ – די געטלעכע השגחה ווערט צומאָל אַנטפּלעקט אויף אומגעריכטע אופֿנים, וואָס מצד אונדזערע מענטשלעכע חשבונות קאָנען זיי אויסזען משונהדיק און סתּירותדיק.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.