ישׂראל און גווינעע באַנײַען דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען נאָך 49 יאָר

Israel and Guinea Renew Diplomatic Ties After 49 Years

ד״ר איבראַהים כאַליל קאַבאַ, דער פּערסאָנאַל־שעף אינעם ביוראָ פֿונעם גווינעער פּרעזידענט
Getty Images
ד״ר איבראַהים כאַליל קאַבאַ, דער פּערסאָנאַל־שעף אינעם ביוראָ פֿונעם גווינעער פּרעזידענט

פֿון ייִט״אַ

Published July 22, 2016, issue of July 27, 2016.

ירושלים. — ישׂראל און די גווינעער רעפּובליק, אַן אַפֿריקאַנער לאַנד מיט אַ מוסולמענישער מאַיאָריטעט, האָבן ווידער אָנגעקניפּט דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען נאָך 49 יאָר.

דאָרע גאָלד, דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿונעם ישׂראלדיקן אויסלאַנד־מיניסטעריום, און c, האָבן מיטוואָך אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך אין פּאַריז, מעלדנדיק דעם היסטאָרישן באַשלוס.

גווינעע האָט איבערגעריסן די באַציִונגען מיט ישׂראל נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה אין 1967.

בעת דעם עבאָלאַ־קריזיס אין נאָוועמבער 2014, האָט ישׂראל געשיקט אַ מעדיצינישע קאָמאַנדע קיין גווינעע נאָכן האָבן צוגעזאָגט אַ „יו־ען‟־פֿאָנד 10 מיליאָן דאָלאַר לטובֿת דעם צוועק. הויך־ראַנגיקע קוואַלן אין דער ישׂראלדיקער רעגירונג האָבן געזאָגט, אַז אָט די הומאַניטאַרע זשעסטן האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דערפֿירן צו דעם היסטאָרישן דיפּלאָמאַטישן דורכבראָך, האָט איבערגעגעבן „האָרץ‟.

דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו האָט געזאָגט, אַז אַ צווייט אַפֿריקאַנער לאַנד וועט אין גיכן אויך באַנײַען די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל.

מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט נתניהו באַזוכט פֿיר אַפֿריקאַנער לענדער: ליביע, קעניע, עטיאָפּיע און רוואַנדע.