ייִדישע ראַדיאָ־פּראָגראַם פֿונעם „ביכער־צענטער‟

Yiddish Radio Show from the Yiddish Book Center

די סטיפּענדיאַנטן בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער”, וואָס האָבן אָנטייל גענומען אין דער ראַדיאָ־פּראָגראַם: טאַניאַ פּאַנאָוואַ, דזשאָרדין בראַון און מיכל יאַשינסקי
Yiddish Book Center
די סטיפּענדיאַנטן בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער”, וואָס האָבן אָנטייל גענומען אין דער ראַדיאָ־פּראָגראַם: טאַניאַ פּאַנאָוואַ, דזשאָרדין בראַון און מיכל יאַשינסקי

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 22, 2016, issue of July 27, 2016.

די זומער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך און קולטור בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס האָט הײַיאָר צוגעצויגן אַ גרופּע אַוואַנסירטע סטודענטן, וואָס קענען שוין גוט פֿאַרשטיין ייִדיש אָבער ווילן פֿאַרבעסערן זייער גערעדטן לשון.

איין אופֿן ווי אַזוי די סטודענטן פּראַקטיצירן זייער ייִדיש אויף דער פּראָגראַם איז צו מאַכן פֿילמען און ראַדיאָ־פּראָגראַמען אויף מאַמע־לשון. איין פּראָגראַם, אַן איבערגעזעצטער אויסצוג פֿון דער פּאָפּולערער טעלעוויזיע־סעריע Broad City אונטערגערעדט (בלע״ז: dubbed) אויף ייִדיש דורך די סטודענטן אַליין, איז געוואָרן פּאָפּולער אויף „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟. ס׳איז אַ ביסל גרעבלעך אָבער די סטודענטן האָבן אויך געמאַכט אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם, וואָס איז מער „סאַלאָן־פֿעיִק‟.

אַלעקסיס ענג
University of Colorado
אַלעקסיס ענג

די פּראָגראַם, געמאַכט אינעם סטיל פֿון די אַלט־מאָדישע „שוידער־פּראָגראַמען‟, וואָס זענען געווען פּאָפּולער אויפֿן ראַדיאָ אין אַמעריקע מיט זעכציק יאָר צוריק פֿאַרמאָגט אַ סך פּריוואַטע וויצן וועגן דער ייִדישער קולטור בכלל און וועגן דער וועלט פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג בפֿרט. דער סיפּור־המעשׂה באַשטייט פֿון אַ גרופּע סטודענטן, וואָס ווילן זיך אויסלערנען די שפּראַך פֿון אַ גרופּע מאָדנע פּאַרשוינען וואָס הייסן „ספּוקיס‟ (דאָס הייסט: שוידערלעכע מענטשן) אָבער ס׳איז דאָ בײַ זיי אַ ריזיקע דעבאַטע, ווי אַזוי מע קען טאַקע אויסלערנען די שפּראַך אויף אַן „אויטענטישן‟ אופֿן. „דוד כּ״ץ‟, געשפּילט דורך מאַקס ווײַנרײַך (דער אור־אייניקל פֿונעם באַקאַנטן לינגוויסט, מיט וועמען דער עכטער לינגוויסט דוד כּ״ץ האָט געוויסע טענות צו זײַן לינגוויסטישער שיטה) דערקלערט די סטודענטן, אַז די אויטענטישע „ספּוקישע‟־שפּראַך דאַרף מען זיך אויסלערנען בײַ די פּאָר קהילות, וואָס רעדן איר ביז עד־היום, אַזוי ווי „קבֿרים־הײַטס‟. אַנדערע סטודענטן האָבן זיך געלערנט בײַ אַ געוויסן „מורא שרעקלעכער‟ (דאָס מיינט אוודאַי ד״ר מרדכי שעכטער ע״ה), וואָס האָט אַן אַנדער צוגאַנג ווי ד״ר דוד כּ״ץ. דערצו רעדט מען „ספּוקיש‟ אין אַן אָרט וואָס הייסט „יענער וועלט‟, וואָס, אַזוי ווי דער באַגריף פֿון „ייִדישלאַנד‟, איז אַן אָרט, וואָס מע קען באמת ניט דערגרייכן.

די פּראָגראַם האָט געשאַפֿן אַלעקסיס ענג, צוזאַמען מיט זעקס מיטסטודענטן אין דער זומער־פּראָגראַם, די דרײַ סטיפּענדיאַטן בײַם „ביכער־צענטער‟, און די אויפֿפּאַסערין פֿונעם סטודענטן־הויז וווּ די סטודענטן שטייען אײַן, מיט וועמען זיי רעדן געוויינטלעך אויף ייִדיש במשך פֿונעם טאָג.