דער קאַפּריזנער ר׳ משולם

The Eccentric Reb Meshulem

Yehuda Blum

פֿון הערשל גלעזער

Published July 24, 2016, issue of July 27, 2016.

אין דער רובריק לערנען מיר זיך דעם טײַטש פֿון געשמאַקע פּויליש־ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן, וואָס יצחק באַשעוויס זינגער האָט געניצט אין זײַן ראָמאַן „פֿאַמיליע מושקאַט‟.


ר׳ משולמען האָבן אַלע געהאַלטן פֿֿאַר אַ קאַפּריזנעם, וואָרן ער האָט געטאָן „אויסטערלישע זאַכן. ס׳האָט זיך צו מאָל געדוכט, אַז אַלץ וואָס ער האָט געטאָן איז געווען פֿאָרויס אויסגערעכנט צו צעמישן די וואַרשעווער סוחרים און פֿון זיי אָפּצולאַכן“. וואָס שייך זײַנע קינדער — מיט זײַן ערשט ווײַב, מינע, האָט ער געהאַט צוויי זין און צוויי טעכטער; מיט דער צווייטער, יענטע־מלכּה, צוויי זין און איין טאָכטער — „זיי האָבן זיך אַלץ געריכט אויף זייער טאַטן, דעם צולהכעיסניק און אָפּטוער, אָבער גראָד דאָס [אַז ער וועט ווידער אַ מאָל חתונה האָבן] איז קיינעם נישט אײַנגעפֿאַלן“.

ער האָט אַוודאי הנאה געהאַט דערפֿון, וואָס מיט אַלץ וואָס ער טוט צעמישט ער אַ גאַנצע שטאָט. „עס פֿאַלט אים גאָר נישט אײַן צו שטאַרבן — האָבן גערעדט נישט־פֿאַרגינערישע ווײַבער. — ווייס עך וואָס, ער הייבט ערשט אָן צו לעבן“. „ווייס עך וואָס“ (מיטן דיאַלעקטישן „עך“ פֿאַר „איך“) איז דאָ טײַטש „רעדט נישט קיין נאַרישקייטן“.

מיט איין וואָרט, „ער האָט אין אַלץ געהאַט זײַנע אייגענע וועגן“. מע האָט געמיינט, אַז אין זײַנע געשעפֿטן וועט ער דורכפֿאַלן, „פֿאַרלירן דעם קאָפּ, אָבער זיי האָבן געבראַכט רווח“. „מיט וואָס ער האָט זיך אַלץ נישט פֿאַרנומען!“ „אַלץ נישט“ — אָן אַ שיעור פֿאַרשיידענע געשעפֿטן. געבויט הײַזער, געווען אַ שותּף צו פֿאַבריקן פֿון ציגל, גלאָז און צוקער, געהאַנדלט מיט געהילץ, און וואָס מע וויל נאָר הערן און געדענקען — און אַלע מאָל פֿאַרדינט.

ער איז נישט געווען קיין גערער חסיד, נאָר אַ ביאַלאָדרעוונער (אַגבֿ, פֿון אַ שטעטל ביאַלאָדרעוונע אָדער אַ ביאַלאָדרעוונער רבין האָב איך נישט געפֿונען קיין זכר — אפֿשר ווייסן עפּעס די לייענערס?); ער האָט געקענט רוסיש און פּויליש; ער האָט אפֿשר געגעבן צדקה און אפֿשר נישט, קיינער האָט נישט געוווּסט; ער האָט קיין מאָל נישט געוואָלט זײַן קיין שתּדלן בײַ מלכות, און דעריבער האָבן אים ייִדן פֿײַנט געהאַט. נאָר דאָס האָט אים נישט געאַרט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.