דער קאַפּריזנער ר׳ משולם

The Eccentric Reb Meshulem

Yehuda Blum

פֿון הערשל גלעזער

Published July 24, 2016, issue of July 27, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

וועגן זײַן נײַ ווײַב איז אין וואַרשע „געוואָרן אַ גערעדערײַ“, ד״ה, מע האָט גערעדט וועגן אים אָן אַ סוף. אַפֿילו דאָס דאַווענען האָט דאָס גערעדערײַ קאַליע געמאַכט: „אין די חסידים־שטיבלעך אויפֿן גזשיבאָוו, דער טוואַרדע, דער גנוינע האָט מען זיך דערוווּסט די נײַעס נאָך איידער דער עולם האָט אָפּגעדאַוונט מעריבֿ…. דער בעל־תּפֿילה האָט געפּאַטשט אין עמוד, נאָר די דאַווענער האָבן ווײַטער געטומלט. די אַבֿלים האָבן געזאָגט קדיש, נאָר מ׳האָט נישט נאָכגעזאָגט קיין אָמן“. וווּ איז אַזוינס געהערט געוואָרן?!

פּונקט ווי ר׳ משולם אַליין, מיינען זײַנע קינדער, אַז אין דער חתונה איז שולדיק קאָפּל דער משרת. נאָר זיי מיינען, אַז דאָס האָט ער געטאָן, כּדי בײַ זיי צוצונעמען די ירושה. וואָס האָט ר׳ משולם געהאַלטן פֿון די אייגענע קינדער? זייער ווייניק: „זיי האָבן כּמעט אַלע געדאַרפֿט אָנקומען צו אים“, ד״ה, זיי האָבן אַליין נישט געקענט פֿאַרדינען, האָט ער זיי געמוזט אויסהאַלטן; „ער האָט זיי געמאַכט פֿאַר אַדמיניסטראַטאָרן אין די הײַזער און זיי אויסגעצאָלט אַ קאַרגן געהאַלט“.

ר׳ משולם האָט געהאַט אַ ביוראָ „אין אַ הויף“ וווּ „ס׳האָבן געוווינט בלויז ר׳ משולמס איצטיקע און אַמאָליקע אַרבעטער“. דער הויף איז נישט געווען ברוקירט. ר׳ משולם האָט דאָרטן געהאַלטן פֿערד; געווען אויך אַ קו, גענדז, הינער און הענער, „האָט זיך געדוכט, אַז מ׳איז אין אַ דאָרף“. „די מערסטע שכנים זענען געווען אַמאָליקע אָנגעשטעלטע, וואָס האָבן געאַרבעט ערגעץ אַנדערש און נישט געצאָלט קיין דירה־געלט“ — דאָ איז „שכנים“ טײַטש „לאָקאַטאָרן“. „די איצטיקע מענטשן ר׳ משולמס“ — ד״ה, אָנגעשטעלטע — זענען געווען ווייניק. „מענטשן“ פֿאַר „אָנגעשטעלטע“ געפֿינט מען אין שלום־עליכמס איינאַקטער „מענטשן“, ווי אויך בײַם רײַכן ייִד (אויך שלום־עליכמס?) וואָס באַרימט זיך, אַז אין זײַן משפּחה זענען קיין מאָל נישט געווען קיין „מענטשן — בלויז גבֿירים“. דאָס דערמאָנט אונדז אין אָט דעם רעטעניש: פֿאַר וואָס זאָגט מען „אָרעמע לײַט“ און נישט „רײַכע לײַט“? ווײַל די רײַכע זענען נישט קיין לײַט…

צום סוף: זײַן בוכהאַלטעריע. ער האָט געהאַט אַ האַלב בלינדן בוכהאַלטער, ר׳ יחיאל שטיין, נאָר נישט קיין קאַסירער: „ער האָט אַליין איבערגענומען אַלע געלטער“. שׂונאים האָט ער דאָך געהאַט, האָט מען אים „אַ פּאָר מאָל געמסרט, אַז די ביכער זענען נישט אין אָרדענונג … אָבער מ׳האָט די מסירות פֿאַרריבן“ — ד״ה, פֿאַרגלעט, געזען, אַז מע זאָל אין זיי פֿאַרגעסן, און ר׳ משולמען לאָזן צו רו.