סצענע וועגן „אידיאָטן‟ קען מען איצט זען אויף דער אינטערנעץ

Hilarious "Imbecile" Scene Now Online

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 26, 2016, issue of July 27, 2016.

שוין עטלעכע יאָרן, מיט גרויס דערפֿאָלג, שפּילן סטיוו סטערנער, יעלענאַ שמולענסאָן, און אַלען ריקמאַן זייער ייִדיש־ענגלישן רעווי „דער תּמצית‟ (The Essence), סײַ אין ניו־יאָרק, סײַ אין אַנדערע שטעט.

די פֿאָרשטעלונג איז דורכגעגאַנגען עטלעכע גילגולים און דער גאַנצער טעקסט איז אַפֿילו געדרוקט געוואָרן אינעם באַנד „ייִדישקייט‟, רעדאַקטירט פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם קאַריקאַטוריסט האַרווי פּעקאַר. ס’איז אָבער אַ סך געשמאַקער צו הערן, ווי די טאַלאַנטירטע אַקטיאָרן דערציילן די וויצן, ווי צו לייענען דעם טעקסט פֿונעם פּאַפּיר.

איצט האָבן מיר מזל, ווײַל ריקמאַן האָט אַרויפֿגעשטעלט אויף „יוטוב‟ אַן אויסצוג פֿון דער פֿאָרשטעלונג, וווּ מע ווײַזט דאָס גרויסע עשירות פֿון דער ייִדישער שפּראַך אין סינאָנימען פֿאַר „אידיאָט‟. דער דאָזיקער וויץ וועגן סינאָנימען גייט צוריק כאָטש ביז אין די שפּעט 1940ער יאָרן, ווען נחום סטוטשקאָוו פֿלעגט פֿאָרלייענען גאַנצע רשימות פֿון סינאָנימען אויפֿן ראַדיאָ, כּדי צו פֿאַרקויפֿן זײַן „אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟. באַשעוויס האָט געניצט דעם זעלביקן וויץ, למשל, אויפֿן קבלת־פּנים אין שטאָקהאָלם, איידער ער האָט באַקומען זײַן נאָבעל־פּרעמיע. ער האָט פֿאַרווײַלט דעם עולם מיט סינאָנימען פֿאַר „אָרעמאַן‟ און „משוגענער‟:

פֿון דעסטוועגט, איז פֿאַראַן אַ חילוק אין דעם נײַעם נוסח, ווי עס ווערט געשפּילט פֿון סטערנער, שמולענסאָן און ריקמאַן, ווײַל דער וויץ דאַרף זײַן קאָמיש אי אויף ייִדיש, אי אויף ענגליש. ענגליש־רעדערס האָבן אַ נטיה צו מיינען, אַז ייִדישע ווערטער קלינגען קאָמיש — עס מאַכט ניט אויס, אין וואָס עס גייט. אַזוי באַשטייט דער עיקר פֿונעם נײַעם נוסח אין דעם, ווי אַזוי מע טײַטשט איבער די ווערטער אויף ענגליש. און דאָ האָבן זיי בלויז איין וואָרט: imbecile, וואָס איז גאָרנישט אין פֿאַרגלײַך מיט די אַלע מאָדנע ייִדישע ווערטער:

נאַר, טעם, איוואַן, באָלוואַן, ויזתא, בהמה בצורת־אָדם, פּרה־אַדומה, אידיאָט גמור, אָקס, אייזל, אַבֿרהמעלע מלמד, יאָלד, יאָלאָפּאַטראָן, תּרח, טיפּש שבטיפּשים, קרומער קאָפּ, קעלבלקאָפּ, קונע־לעמל, חוזק, חסר־דעהדיקער, גרויסער דאָס, משה־יונה, משה־יאָקל, יאָקל־בן־פֿלעקל, שוטה, שמויגער, שאינו־יודע־לשאול, שמענדריק מיט עסיק, לאָקש, לעקיש, לאָקיש, פּויער, חמור, שטיק האָלץ, שטיק פֿערד, שטיק פֿלייש מיט צוויי אויגן, זשלאָב, כעלעמער חזנס אינדיק, חכם פֿון דער מה־נשטנה, שמואל מרדכי קלמן (= שמ”ק)… און נאָך און נאָך.

דאָס טרוקענע ענגלישע וואָרט imbecile שטאַמט אַליין פֿון פֿראַנצייזיש, און פֿריִער נאָך — פֿון לאַטײַניש imbecillus ‘שוואַך’, מיטן אָריגינעלן טײַטש ‘אָן אַ שטעקן’. baculus מיינט ‘שטעקן’ און איז פֿונעם זעלביקן שורש ווי גריכיש „באַקטעריע‟ — די באַקטעריעס האָבן פֿאַר די ערשטע וויסנשאַפֿטלער אויסגעזען ווי קליינע שטעקנס.