נעאָ־פֿראַנקיזם צי פּאָטענציעל פּראָגרעסיווע טעאָריעס?

Neo-Frankism or Potentially Progressive Theories?

הרבֿ אליעזר בערלאַנד (אין מיטן) און אַ גרופּע חסידים זײַנע, אין אַמסטערדאַם, האָלאַנד, דעם 18טן אָקטאָבער 2014
Getty Images
הרבֿ אליעזר בערלאַנד (אין מיטן) און אַ גרופּע חסידים זײַנע, אין אַמסטערדאַם, האָלאַנד, דעם 18טן אָקטאָבער 2014

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published July 26, 2016, issue of July 27, 2016.

דעם 19טן יולי האָט הרבֿ אליעזר בערלאַנד, וועלכער האָט זיך זינט 2012 אויסבאַהאַלטן אין פֿאַרשיידענע לענדער צוליב באַשולדיקונגען אין סעקסועלע פֿאַרברעכנס, זיך אומגעקערט קיין ארץ־ישׂראל און איז אַרעסטירט געוואָרן אינעם עראָפּאָרט אויפֿן נאָמען פֿון בן־גוריון.

בערלאַנדס אַדוואָקאַטין רחל תּורן גלייבט, אַז קיין ערנסטע שטראָף דראָט נישט דעם 80־יאָריקן רבֿ. אויף וויפֿל מע ווייסט, טענהן עטלעכע דערוואַקסענע פֿרויען, אַז בערלאַנד האָט זיי צוגעזאָגט צו אַנטפּלעקן אויף אַ חידושדיקן אופֿן הויכע גײַסטיקע וועלטן. זײַענדיק אַ באַרימטער בעל־דרשן, האָט ער אײַנגערעדט אַ צאָל ווײַבער פֿון זײַנע תּלמידים, אַז זײַן „הייליקער‟ צונג טויג אויך פֿאַר אַנדערע מינים „תּיקונים‟.

די פֿרויען טענהן, אַז בערלאַנד האָט אויסגענוצט זײַן פּאָזיציע ווי אַ מנהיג, כּדי זיי אָנצורירן. אין אַ סך יוריסדיקציעס אַרום דער וועלט האָבן די מלוכישע אינסטאַנצן נישט אָנגענומען ערנסט די באַשולדיקונגען, דערפֿאַר האָט דער קאָנטראָווערסאַלער רבֿ במשך פֿון עטלעכע יאָר געפּראַוועט גלות אין מאַראָקאָ, זימבאַבווע, האָלאַנד און אַ צאָל אַנדערע לענדער. לעצטנס, האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו באַזעצן זיך אין דרום־אַפֿריקע, אָבער אין אַפּריל האָט מען אים אַרעסטירט און איצט אויסגעליווערט קיין תּל־אָבֿיבֿ.

נישט לאַנג פֿאַרן אַרעסט איז אויף דער פֿרומער העברעיִשער נײַעס־וועבזײַט „כּיכּר־השבת‟ פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַן אויסטערלישע ידיעה וועגן צוויי ספֿרים פֿון הרבֿ יהודה גאָלדבלום, „אמונת חכמים כּהלכתה‟ און „הכּתבֿ מבין האילנות‟. די ברייטע פּרעסע האָט עס פֿאַרקוקט, הגם פֿון דער טראַדיציאָנעלער פּערספּעקטיוו קלינגט עס ווי אַ גאַנץ חידושדיקער סקאַנדאַל.

בערלאַנד האָט במשך פֿון אַ סך יאָר אָנגעפֿירט מיט דער בראַצלעווער ירושלימער חבֿרה און דער ישיבֿה „שובֿו בנים‟. דער מחבר פֿון די דערמאָנטע ספֿרים איז זײַן איידעם און באַקאַנטער תּלמיד. אַ ריי באַקאַנטע רבנים טענהן איצט, אַז גאָלדבלום האָט שוין לאַנג פֿאָרמולירט אין זײַנע ספֿרים אַ טעאָרעטישע באַזע, לויט וועלכער אַ צדיק מעג ברעכן די געוויינטלעכע הלכות. די מחברים פֿונעם קול־קורא פֿאַרגלײַכן דעם מחבר מיט שבתאי צבֿי און יעקבֿ פֿראַנק, און פּסקענען, אַז מען טאָר נישט בכלל אַרײַנקוקן אין גאָלדבלומס ווערק.

בערלאַנד האָט צוגעגעבן אַן אייגענעם בריוו, לויט וועלכן זײַן איידעמס ספֿרים מוז מען „פֿאַרברענען און פֿאַרניכטן‟. דער בריוו קלינגט אָבער ווי אַ בפֿירושער בײַשפּיל פֿון אָפּאָרטוניזם, ווײַל דער ראָש־ישיבֿה אַליין ווערט שוין לאַנג אַסאָציִיִרט מיט אַנטי־הלכהדיקע טעאָריעס.

בערלאַנדס ישיבֿה „שובֿו בנים‟ פֿאַרנעמט זיך מיט גאָר אַ ספּעציפֿישן עולם. ווען זײַנע תּלמידים באַווײַזן זיך אין אומאַן לכּבֿוד ראָש־השנה, רופֿן זיי אַרויס אַ באַזונדערן אינטערעס בײַ די אָרטיקע נאַרקאָטיק־הענדלער, זונות און פּאָליציאַנטן. ווען איך האָב באַזוכט אומאַן אין די 1990ער יאָרן, האָב איך באַמערקט, אַז די רויִקע סאַטמאַרער טוריסטן פֿון אַמעריקע האָבן ממש מורא פֿאַר דער דאָזיקער חבֿרה, וואָס האָט אַ פֿעסטע רעפּוטאַציע פֿון נאַרקאָמאַנען און משוגעים.

פֿאַרשטייט זיך, האָט דער נײַער קול־קורא למעשׂה געדינט ווי אַ מין רעקלאַמע. אויף פֿאַרשיידענע חרדישע וועבזײַטן האָט דער עולם אָנגעהויבן ציטירן און באַטראַכטן דעם תּוכן פֿון גאָלדבלומס ספֿרים, וואָס זענען ביז איצט געווען באַוווּסט בלויז אינעם שמאָלן קרײַז פֿון בערלאַנדס נאָכפֿאָלגער. אין פֿאַרגלײַך מיטן ליבעראַלן צוגאַנג פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער „התחדשות־באַוועגונג‟ (Jewish Renewal), פֿאָקוסירט זיך דער מחבר אויפֿן טראַדיציאָנעלן ענין פֿון אמונת־חכמים: אויף צדיקים פֿרעגט מען נישט קיין קשיאות; די זעלביקע מעשׂה, וואָס פֿאַר אַ פּשוטן מענטש ווערט פֿאַררעכנט פֿאַר אַ גראָבער עבֿירה, קאָן פֿאַר אַ צדיק זײַן אַ מיצווה. בעצם, פֿאַרוואַנדלט גאָלדבלום דעם עקסטרעם־קאָנסערוואַטיוון צוגאַנג, לויט וועלכן מע מוז גלייבן די „גדולים‟ אָן קיין ספֿקות, אין אַ היתּר פֿאַר געוויסע יחידים צו טאָן וואָס מע וויל. לויט זײַן שיטה, טאָר אָבער נישט אַ דורכשניטלעכער מענטש נאָכמאַכן די אומגעוויינטלעכע מעשׂים פֿון אַן „עכטן‟ צדיק.

אין דער אמתן, שטעקט אינעם קול־קורא אַ היפּשער שטיק צבֿיעות. ס׳איז גרינג צו פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס די רבנים זענען אומצופֿרידן מיט גאָלדבלומס טעאָריעס. פּונקט אינעם בראַצלעווער חסידות זענען זיי אָבער גאַנץ גוט באַקאַנט. אַזעלכע טוער, ווי הרבֿ שלמה קאַרלעבאַך און הרבֿ זלמן שעכטער־שלומי האָבן סיסטעמאַטיש געזאַמלט באַקאַנטע ספֿרים, אַרײַנגערעכנט די בראַצלעווער, וווּ עס שטייט געשריבן גאַנץ קלאָר, אַז אין געוויסע פֿאַלן מוז אַפֿילו אַ געוויינטלעכער מענטש, שוין אָפּגערעדט פֿון צדיקים, פֿאָלגן אַ „העכערע לאָגיק‟, מחוץ די גרענעצן פֿון דער געוויינטלעכער הלכה.

פּראָפֿ׳ יהודה ליבעס, אַ באַקאַנטער קבלה־פֿאָרשער און פּראָמינענטער תּלמיד פֿון גרשום שלום, איז זיך משער מיט גוטע ראַיות, אַז רבי נחמן בראַצלעווער האָט געוואָלט אויף אַ פּאַראַדאָקסישן אופֿן מתּקן זײַן דעם חטא פֿון די פֿראַנקיסטן. רבי נחמן האָט בפֿירוש געזאָגט, אַז בעת זײַן נסיעה קיין ארץ־ישׂראל האָט ער דערגרייט די מדרגה פֿון אַבֿרהם אָבֿינו און האָט געקאָנט מקיים זײַן אַלע מיצוות ברוחניות, אָן פֿיזישע מעשׂים. ער האָט אויך באַטאָנט, אַז אין פּרינציפּ וואָלט ער געקאָנט טאָן די גרעסטע עבֿירה, און עס וואָלט אים נישט געשאַט.

אין דער זעלבער צײַט, האָט רבי נחמן פּראַקטיצירט אַ שטרענגן אַסקעטיזם. אַפֿילו בעתן שלאָפֿן מיט זײַן אייגענער פֿרוי, האָט ער געפֿילט, לויט זײַנע ווערטער, אַ שרעקלעכן ווייטיק. ער האָט ספּעציעל אַנטוויקלט אַזאַ עקל־געפֿיל דורך טיפֿע מעדיטאַציעס. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, קומט זײַן מיסטישער מאַזאָכיזם אויך אין סתּירה מיטן אָנגענומענעם ייִדישן פּאָזיטיוון צוגאַנג צום סעקס. אין פֿאַרגלײַך מיט יעקבֿ פֿראַנק האָט אָבער רבי נחמן געלעבט כּמעט ווי אַ מאָנאַך, כּדי אויסצונוצן זײַן „אַנטי־הלכהדיקן‟ פּאָטענציאַל ווי אַ תּיקון.

אינעם באַקאַנטן אַנאָנימען קבלה־ספֿר „גליא רזא‟ שטייט געשריבן, אַז געוויסע תּנ״כישע העלדן האָבן געמוזט טאָן עבֿירות צוליב דעם משיחישן פּראָצעס. רבי משה אלשיך דערקלערט דאָס זעלבע אין זײַן פּירוש אויף דער מגילת־רות. באַזונדערס באַקאַנט איז די מעשׂה מיט דוד המלך און בת־שבֿע; דוד האָט נישט געזינדיקט, ווײַל אויף זײַן מדרגה קאָנען זײַנע מעשׂים נישט פֿאַררעכנט ווערן פֿאַר אַ חטא.

אינעם קלאַסישן חסידישן ספֿר „תּולדות יעקבֿ יוסף‟ שטייט געשריבן, אַז אַ צדיק קאָן, לכל־הפּחות אין טעאָריע, מקיים זײַן אַלע מיצוות ברוחניות, מחוץ דער בוכשטעבלעכער הלכה. ווי אַ פּראַקטישן בײַשפּיל דערקלערט דער מחבר, רבי יעקבֿ־יוסף פֿון פּילנוע (פּאָלאָנע), אַז אַ צדיק מעג לעבן אַליין, אָן קיין ווײַב און קינדער. די הייליקע שכינה איז זײַן זיווג, אַנשטאָט דער גשמיותדיקער פֿרוי. אַזוי ווי אינעם דערמאָנטן פֿאַל מיט רבי נחמנען, ווערט דאָ אויף אַ באַשיידענעם און אַסקעטישן אופֿן אויסגעדריקט אַן אַנטי־הלכהדיקע טעאָריע.

רבי שניאור־זלמן פֿון ליאַדי, דער לעגענדאַרער מחבר פֿונעם ספֿר „תּניא‟ און דער גרינדער פֿון דער חב״ד־באַוועגונג, דערקלערט אין זײַן סידור־קאָמענטאַר, אַז יעקבֿ אָבֿינו האָט חתונה געהאַט מיט צוויי שוועסטער, הגם על־פּי תּורה טאָר מען עס נישט טאָן, ווײַל אויף זײַן הויכער מדרגה איז ער געווען העכער פֿון די סעקסועלע עבֿירות.

אַ סך אַנדערע פֿאַלן פֿון אַזעלכע חסידישע תּורות ברענגט ד״ר אַלען בריל אין זײַן בוך וועגן רבי צדוק לובלינער. אַ טייל פֿון זײַנע ציטאַטן קאָנען ממש שאָקירן די, וואָס גלייבן, אַז דער יאָדער פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט איז דאָס פֿאָלגן שטרענג די נאָרמאַטיווע הלכה. אַן אַנדער אינטערעסאַנטע זאַמלונג פֿון ענלעכע תּורות איז דער עסיי „עבֿירה לשמה‟ פֿון הרבֿ יהושע מונדשײַן, אַ באַקאַנטער ליובאַוויטשער פֿאָרשער.

ס׳איז שווער צו גלייבן, אַז אַזעלכע טוער, ווי בערלאַנד, זענען מסוגל צו ברענגען די גאולה דורך זייערע צווייפֿלהאַפֿטיקע מעשׂים, בפֿרט אויב ער האָט זיי טאַקע געטאָן, ווי זײַנע תּלמידות באַקלאָגן זיך, קעגן זייער ווילן. מע דאַרף זיך אָבער דערמאָנען, אַז די צדיקים און מקובלים האָבן שוין לאַנג געעפֿנט דעם „פּאַנדאָרע־קאַסטן‟ פֿון קעגן־הלכהדיקע טעאָריעס. קול־קוראס און פּאַשקעווילן קאָנען נישט מבֿטל זײַן דעם דאָזיקן פֿאַקט. עס ווילט זיך אָבער האָפֿן, אַז אַנשטאָט דעם בלינדן גלייבן אין פֿאַלשע „גדולים‟, וואָס באַגייען הפֿקרדיקע מעשׂים און עקספּלואַטירן זייערע נאָכפֿאָלגער, קאָנען די אַלטע קלאַסישע ספֿרים ברענגען צו אַ געזונטן באַלאַנס צווישן פּראָגרעס און טראַדיציע.