שאָטישע ייִדן פֿילן זיך אַלץ אומזיכערער בײַ זיך אין לאַנד

Scottish Jews Feeling Less Safe In Their Country

הילערי ריפֿקינד, די פֿאָרזיצערין פֿונעם „ראָט פֿון שאָטלענדישע ייִדישע קהילות‟ און פּאָל מאָראָן, דער פּרעזידענט פֿונעם „גלאַזגאָער ייִדישן ראָט‟ דערלאַנגען ניקאָלאַ סטערגזשין, די ערשטע מיניסטאָרין פֿונעם שאָטלענדישן פּאַרלאַמענט, אַ בוך וועגן דער ייִדישער קהילה פֿון שאָטלאַנד.
Courtesy of scojec.org
הילערי ריפֿקינד, די פֿאָרזיצערין פֿונעם „ראָט פֿון שאָטלענדישע ייִדישע קהילות‟ און פּאָל מאָראָן, דער פּרעזידענט פֿונעם „גלאַזגאָער ייִדישן ראָט‟ דערלאַנגען ניקאָלאַ סטערגזשין, די ערשטע מיניסטאָרין פֿונעם שאָטלענדישן פּאַרלאַמענט, אַ בוך וועגן דער ייִדישער קהילה פֿון שאָטלאַנד.

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 28, 2016, issue of August 29, 2016.

יענע וואָך האָט דער שאָטישער ראָט פֿון ייִדישע קהילות („סקאָדזשעק“) אַרויסגעלאָזט אַ באַריכט, באַזירט אויף אַן אַנקעטע וואָס ס׳האָבן אויסגעפֿילט 300 מענטשן נאָך 2014, וועגן אַ ממשותדיקן באַרג־אַראָפּ זינט 2013 אין דער שטימונג פֿון די ייִדן אין שאָטלאַנד.

כּמעט אַ דריטל פֿון די באַטייליקטע האָבן אויסגעדריקט מער פּחד, אומבאַקוועמקייט אָדער אומבאַשיצטקייט, כאָטש וועגן דעם האָט די אַנקעטע זיך אַפֿילו נישט נאָכגעפֿרעגט. דאָס איז דער המשך פֿון אַ פֿריִערדיקער אַנקעטע, וואָס מע האָט דורכגעפֿירט אין 2012־2013.

די צווייטע שטודיע, געשטיצט פֿון דער מלוכה, האָט מען לאַנסירט נאָך אַן אויפֿברויז פֿון באַריכטן וועגן אָרטיקע אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אין 2014, אין שײַכות מיט דער מלחמה צווישן מדינת־ישׂראל און כאַמאַס אין עזה.

שאָטלאַנד, אַ לאַנד אינעם פֿאַראייניקטן מלכות, האָט זײַן אייגענעם פּאַרלאַמענט און רעגירונג, אָבער איז נישט קיין אומאָפּהענגיקע נאַציע, כאָטש די רעגירנדיקע פּאַרטיי שטיצט די אומאָפּהענגיקייט. אַ סך פֿון אירע פּאָליטיקערס און וויילערס שטיצן פּאַלעסטינער נאַציאָנאַלע אַמביציעס, און געוויסע אָבסערוואַטאָרן האַלטן אַז די שאָטלענדער אידעטיפֿיצירן זיך מיט די אַספּיראַציעס פֿון די פּאַלעסטינער פֿאַר אומאָפּהענגיקייט.

„צום באַדויערן ווערט די צווייטע אַנקעטע כּמעט אויסשליסלעך דאָמינירט פֿון אויסדרוקן פֿון אומזיכערקייט און אָפּגעפֿרעמדקייט,‟ האָט דער באַריכט באַטאָנט. איינער וואָס האָט אין 2012 געזאָגט אַז שאָטלאַנד איז „אַ גאָר פֿײַן אָרט צו זײַן אַ ייִד“ האָט — מיט קנאַפּע צוויי יאָר שפּעטער — אויסגעדריקט, אַז „כ׳פֿיל זיך אָפּגעפֿרעמדט, שוין מער נישט צו ערשט, אַ שאָטלענדער און דערנאָך אַ ייִד. כ׳פֿיל זיך דווקא איצט נאָר ווי אַ ייִד“.

17% באַהאַלטן איצט זייער ייִדישע אידענטיטעט, אַקעגן נאָר אַ הײַפֿעלע אין 2012־2013. אַן ענלעכע צאָל דערמאָנט אַז דאָס פֿלאַטערן פֿון דער פּאַלעסטינער פֿאָן מצד געוויסע לאָקאַלע אינסטאַנצן האָט געשטאַרקט זייער געפֿיל פֿון אומרו.

13% האַלטן נישט, אַז די רעגירונג־באַאַמטע, די פּאָליציי בתוכם, זענען נייטראַל וואָס שייך טענות וועגן אַנטיסעמיטיזם. עטלעכע זאָגן אַז צום ערשטן מאָל קלערן זיי צו פֿאַרלאָזן שאָטלאַנד, און 11% זאָגן, אַז ס׳קומט זיי בכלל אָן שווער צו געפֿינען אַ מעלה וועגן דעם זײַן אַ ייִד אין שאָטלאַנד.

„פֿאָרט איז אַ טרייסט, וואָס די שאָטישע רעגירונג האָט זיך אײַנגעהערט, און קלערט איצט ערנצט וועגן אונדזערע דאגות“, שרײַבט דער „סקאָדזשעק‟־דירעקטאָר אפֿרים באָראָווסקי. די מלוכה האָט געהעכערט די פֿינאַנציעלע שטיץ פֿאַר „סקאָדזשעק‟, „כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז די ייִדן אין שאָטלאַנד זאָלן זיך פֿילן באַוואָרנט און געשטיצט.

„דער ערשטער מיניסטער ניקאָלאַ סטורדזשאָן האָט געהאַלטן וואָרט אַז זי וועט וואָס מערער מיטאַרבעטן מיט דער ייִדישער קהילה כּדי אויסצוראָטן דעם אַנטיסעמיטיזם און אומטאָלעראַנץ אין דעם לאַנד,‟ האָט באָראָווסקי צוגעגעבן.