בדחנות אין װײַמאַר

Yiddish Wedding Humor in Weimar

ד״ר זאבֿ פֿעלדמאַן
ד״ר זאבֿ פֿעלדמאַן

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published July 28, 2016, issue of August 29, 2016.

יעדן זומער, אויף איין חודש, ווערט די דײַטשע שטאָט ווײַמאַר אַ צענטער פֿון דער ייִדישער קולטור, אַ דאַנק דער פּראָגראַם „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר”. 

די טעמע דאָס יאָר פֿון דער פּראָגראַם, וועלכע קומט פֿאָר במשך פֿון איין חודש, איז „באָבע־מעשׂיות: אייראָפּעיִשע לעגענדעס און ייִדישע גרענעצן”. ווי געוויינטלעך באַטייליקט מען זיך אין טענצ־, שפּראַכ־, קלעזמער־ און פֿאָלקסליד־וואַרשטאַטן. שוין עטלעכע יאָר וואָס פּראָפֿ׳ דיאַנאַ מאַטוט פֿירט אָן מיט אַ קינדערלידער־וואַרשטאַט. כּמעט יעדן אָוונט קומט פֿאָר אַ קאָנצערט אין וועלכן עס באַטייליקן זיך זינגערס, קלעזמאָרים און טענצער. עס קומען אויף די אָוונט־פּראָגראַמען נישט בלויז די סטודענטן אין „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר” נאָר אויך די ווײַמאַרער תּושבֿים, און ס’איז קלאָר, אַז די ייִדישע פּראָגראַמען העלפֿן באַרײַכערן די אַלגעמיינע קולטור אין דער שטאָט.

אַ דאַנק אַ סובסידיע הײַנטיקס יאָר פֿון דער דײַטשער רעגירונג האָט מען אײַנגעפֿירט נײַע טיילן פֿון דער פּראָגראַם. קודם־כּל גרייט מען צו אַ ריזיקן טעאַטער־ספּעקטאַקל געבויט אַרום דעם קלאַסישן ווערק „בבֿא־בוך” וואָס איז אַן ערך פֿינעף יאָר הונדערט אַלט. דער ראָמאַנס, געשריבן פֿון אליהו בחור אויף ייִדיש אין איטאַליע, דערציילט וועגן די פֿאַנטאַסטישע אַוואַנטורעס פֿון אַ ריטער; וועגן זײַנע קאַמפֿן, זײַנע נסיעות, און דער עיקר, וועגן זײַנע ליבעס. אין אַלגעמיין גענומען, איז נישטאָ קיין סך ייִדישקייט אין דער מעשׂה, און אין געוויסע קאַפּיטלעך לייענט מען אַפֿילו גראָבע און סעקסועלע באַשרײַבונגען. אָבער פֿון דעסטוועגן, אָדער מסתּמא צוליב דעם, איז דאָס ווערק געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער בײַ דורות לייענערס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. בבֿא האָט ספּעציעל געצילט זײַן ראָמאַנס אויף די לייענערינס, ווײַל ביזן נײַנצטן יאָרהונדערט האָבן זיי  מיט זיך פֿאָרגעשטעלט דעם עיקר־עולם פֿאַר דער ליטעראַטור געשריבן אויף ייִדיש.

דזשעני ראָמיין
דזשעני ראָמיין

טאָ ווי אַזוי קען מען הײַנט איבערגעבן דעם מיטלעלטערישן ראָמאַנס, ער זאָל זײַן פֿריש און לעבעדיק פֿאַרן איצטיקן עולם? דער איניציאַטאָר פֿונעם פּראָיעקט, דער דײַטשער קלעזמער און פֿאָרשער אַנדרעאַס שמיטגעס, האָט אָנגעשטעלט די אַוואַנגאַרדישע ניו־יאָרקער רעזשיסאָרין דזשעני ראָמיין, זי זאָל קומען קיין ווײַמאַר מיט אַ טרופּע שאַפֿערישע טעאַטער־מענטשן און זאָלן זיי מאַכן פֿון דעם וואָס זיי ווילן. צו באַאַרבעטן דעם טעקסט פֿון דער „בבֿא־מעשׂה” האָט שמיטגעס פֿאַרבעטן מײַקל וועקס, דעם מחבר און הומאָריסט, ער זאָל בשותּפֿות מיט ראָמיינען שאַפֿן אַ ספּעקטאַקל, וואָס מע זאָל קענען פֿאָרשטעלן אין פֿאַרשיידענע שטעט אין דײַטשלאַנד. צו קאָמפּאָנירן נײַע, אָריגינעלע מוזיק האָט מען פֿאַרבעטן ד״ר אַלען בערן, דעם גרינדער און דירעקטאָר פֿון “ייִדיש־זומער־ווײַמאַר”.

בעת דער וואָך וואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין ווײַמאַר האָב איך נאָר געקענט זען די צוגרייטונגען — ווי מע האָט געמאַכט די ליאַלקעס, די קאָסטיומען, דעם רעקוויזיט, און איך קען אײַך פֿאַרזיכערן, אַז דאָס וועט זײַן שוין איין מאָל אַ בבֿא־בוך!

נאָך אַ נײַע פּראָגראַם דעם זומער וועט זײַן „גילגול” — אַ טאַנץ־פֿאָרשטעלונג געשאַפֿן פֿונעם טאַנצלערער און כאָרעאָגראַף סטיווען ווײַנטרויב מיט אַ טרופּע אייראָפּעיִשע טענצער, און מוזיק פֿון זיליען בירעט און איליאַ שנייווייס. ווײַנטרויב וועט נעמען פֿון סײַ דער אַלטער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער פֿאָלקטאַנץ־טראַדיעציע, סײַ פֿון דער מאָדערניסטישער ייִדישער טראַדיציע פֿון פֿאַרן חורבן צו שאַפֿן זײַן טאַנץ.

ד״ר אַלען בערן
ד״ר אַלען בערן

איין וואָך, פֿונעם 19טן ביזן 22סטן יולי, האָט מען אָפּגעהאַלטן אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ וועגן אַשכּנזישער ייִדישער פֿאָלקמוזיק. די הויפּטרעדע האָט געהאַלטן ד״ר זאבֿ פֿעלדמאַן וועגן דער געשיכטע פֿון קלעזמער־מוזיק. עס וועט אין גיכן דערשײַנען זײַן בוך אויף דער טעמע און אין זײַן לעקציע האָט ער געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז מע דאַרף באַטראַכטן די מוזיק פֿון אַשכּנזישע ייִדן ווי איין מוזיקאַלישע וועלט מיט עטלעכע טיילן: דאָס דאַווענען, קלעזמער, פֿאָלקסלידער, בדחנות און חזנות.

די אַנדערע לעקטאָרן האָבן גערעדט, דער עיקר, וועגן קלעזמער־מוזיק און פֿאָלקסלידער. אַ צאָל רעדנער האָבן געשטעלט דעם טראָפּ אויף דער אָרנאַמענטירונג פֿון ייִדישער מוזיק — „די קרעכצן”, למשל, וואָס מע הערט אינעם קלעזמער פֿידל, קלאַרנעט און ייִדיש ליד. מיישקע אַלפּערט האָט דערציילט וועגן דער זינגערין בראָניע סאַקינאַ, וועלכע איז געשטאָרבן אין 1989 און משפּיע געווען אויף דעם ייִנגערן דור ייִדישע פֿאָלקזינגער. פּראָפֿ׳ אַנאַ שטערנשיס האָט דערציילט וועגן איר אַנטדעקונג פֿון סאָוועטיש־ייִדישע לידער געשריבן אין דער צײַט פֿונעם חורבן, און מיטן זינגער פּסוי קאָראָלענקאָ האָבן זיי דאָס פֿאָרגעשטעלט. וועגן חורבן־לידער האָט אויך גערעדט ד״ר גילה פֿלאַם, אָנפֿירערין פֿון דער ירושילמער מוזיק־פֿאָנאָטעקע. מע קען זען די גאַנצע קאָנפֿאָרענץ־פּראָגראַם אויף דער וועבזײַט: yiddishsummer.eu/special/conference-yhip.html