שפּראַך־אַטלאַס ווערט דיגיטאַליזירט

Yiddish Language Atlas Being Digitized

דער קאָלאָמביע־דאָקטאָראַנט שמואל נײַדאָרף אינעם אַמאָליקן אַטלאַס־ביוראָ אין די 1980ער יאָרן
דער קאָלאָמביע־דאָקטאָראַנט שמואל נײַדאָרף אינעם אַמאָליקן אַטלאַס־ביוראָ אין די 1980ער יאָרן

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 29, 2016, issue of August 29, 2016.

אין מײַ 2015 האָט לייזער בורקאָ געשריבן אַן אַרטיקל אינעם „פֿאָרווערטס‟, אין וועלכן ער האָט דערקלערט וועגן דער געשיכטע פֿונעם „ייִדישן שפּראַך־ און קולטור־אַטלאַס‟, און וועגן די פּלענער אים צו דיגיטאַליזירן און אַרויפֿצושטעלן אויף אַ וועבזײַט.

פֿאַראַיאָרן האָט ער באַריכטעט, אַז דער אַטלאַס־פּראָיעקט, וואָס אַנטהאַלט מער ווי 5,700 שעה פֿון רעקאָרדירטע אינטערוויוען מיט איבער 600 ייִדן פֿון דער אַלטער היים, ווי אויך איבער 140,000 זײַטן פֿון ענטפֿערס אויף כּלערליי לינגוויסטישע פֿראַגעס, וועט ווערן מער צוטריטלעך אַ דאַנק אַ סובווענץ פֿונעם „נאַציאָנאַלן עולמות־פֿאָנד‟ (NEH). די סובווענץ, פֿון 150,000$, האָט דערמעגלעכט, אַז מע זאָל קענען סקאַנירן די ענטפֿערס אויף לינגוויסטישע פֿראַגעס און זיי אַרויפֿשטעלן אויף דער אינטערנעץ. מיט צען יאָר צוריק האָט מען געהאַט אַרויפֿגעשטעלט די אַלע רעקאָרדירטע אינטערוויוען, אָבער די וועבזײַט, Eydes.de, איז ניט אַזוי גרינג צו באַנוצן. דערפֿאַר וויל מען אויך פֿאַרבינדן די ענטפֿערס אויף די לינגוויסטישע פֿרעגבויגנס מיט די רעקאָרדירונגען, מע זאָל קענען געפֿינען דעם פּינקטלעכן אָרט אין די רעקאָרדירונגען, אין וועלכן מע ענטפֿערט אויף אַ געוויסער פֿראַגע. די NEH־סובווענץ דעקט אָבער ניט די הוצאָות פֿונעם דאָזיקן ציל.

לעצטנס האָט הדסה־מישעל שעסנער, די ביבליאָטעקאַרין פֿון יודאַיִסטיק בײַ „קאָלומביע־אוניווערסיטעט‟, געשריבן אַן עפֿנטלעכע מעלדונג וועגן דעם פּראָגרעס פֿון דער דיגיטאַליזאַציע. שעסנער האָט דערקלערט, אַז אַלע ענטפֿער־בויגנס זענען שוין סקאַנירט געוואָרן און אַז מע הייבט איצט אָן צו באַטראַכטן ווי אַזוי מע וועט אַלצדינג אַרויפֿשטעלן אויף אַ וועבזײַט. דערצו וועט מען אין גיכן אָרגאַניזירן אַ געשעעניש, אין וועלכן מענטשן וועלן זיך צוזאַמענקומען, כּדי איבערצוזעצן בציבור דעם גאַנצן פֿרעגבויגן, וואָס באַשטייט פֿון איבער 220 זײַטן, פֿון ייִדיש אויף ענגליש.

נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם שפּראַך־אַטלאַס קען מען געפֿינען דאָ http://library.columbia.edu/locations/global/jewishstudies/lcaaj.html