ייִדיש װי די שפּראַך פֿון דער חורבן־פֿאָרשונג

Yiddish as the Language of Holocaust History

אַ טייל פֿון די ביכער װאָס מאַרק סמיט האָט געניצט אין זײַן פֿאָרשאַרבעט
אַ טייל פֿון די ביכער װאָס מאַרק סמיט האָט געניצט אין זײַן פֿאָרשאַרבעט

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published July 31, 2016, issue of August 29, 2016.
ד”ר מאַרק סמיט
ד”ר מאַרק סמיט

יעדע קולטור האָט אַן אײגענע טראַדיציע פֿון פֿאָרשן און שרײַבן געשיכטע. אױף ייִדיש האָט מען אָנגעהױבן היסטאָרישע פֿאָרשונגען אין דער תּקופֿה פֿון דער נאַציאָנאַלער אױפֿלעבונג אױפֿן שװעל פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט. פֿאַר די ערשטע פֿאָרשער, װאָס האָבן אױסגעקליבן ייִדיש װי זײער שפּראַך, איז געשיכטע געװען סײַ אַ ציל, סײַ אַ מיטל. זײ זײַנען געװען אױסן צו אַנטדעקן נײַע פֿאַקטן און אומשטאַנדן װעגן דעם ייִדישן עבֿר, און דערמיט האָבן זײ בדעה געהאַט אױסצופֿורעמען אַ נײַעם מאָדערנעם נאַציאָנאַלן באַװוּסטזײַן. זײ האָבן געשריבן פֿאַר דער נײַער פֿאָלק־אינטעליגענץ, און דערבײַ האָבן זײ געפֿירט אַ פּאָלעמיק מיט אַנדערע שיטות פֿון דער ייִדישער און אַלגעמײנער היסטאָריאָגראַפֿיע.

דער אױפֿבלי פֿון דער היסטאָרישער פֿאָרשונג אױף ייִדיש איז געװען צװישן בײדע װעלט־מלחמות. אין פּױלן, אַמעריקע און סאָװעטן־פֿאַרבאַנד זײַנען געװען טעטיק צענדליקער באַגאַבטע און שעפֿערישע היסטאָריקער, װאָס האָבן געשריבן פֿאַר דעם צוּװאַקסנדיקן לײענערישן עולם. אידעאָלאָגיש האָבן זײ געהערט צו פֿאַרשידענע שטרעמונגען, אַזעלכע װי גלות־נאַציאָנאַליזם, ציוניזם, מאַרקסיזם, און צו מאָל האָבן זײ געפֿירט הײסע פּאָלעמישע סיכסוכים. יעדע שיטה האָט באַטאָנט אַ געװיסן אַספּעקט אינעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן, װאָס האָט געדאַרפֿט אונטערשטיצן איר אידעאָלאָגישן װעלטבאַנעם. דערבײַ זײַנען זײ אַלע געװען איינשטימיק אין אָפּזאָגן זיך פֿון רעדוצירן די פֿילזײַטיקײט פֿון דער ייִדישער היסטאָרישער דערפֿאַרונג צו יסורים און רוחניות, װאָס איז געװען כאַראַקטעריש פֿאַר דער ייִדיש־דײַטשישער „װיסנשאַפֿט פֿון ייִדנטום”.

אָבער ווי עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, איז דער סאַמע װיכטיקער אױפֿטו פֿון דער ייִדיש־שפּראַכיקער היסטאָריאָגראַפֿיע געװען דװקא די חורבן־געשיכטע. דאָס איז די טעמע פֿון דער דיסערטאַציע פֿון ד״ר מאַרק סמיט, װאָס ער האָט געמאַכט אין דעם קאַליפֿאָרניער אוניװערסיטעט אין לאָס־אַנדזשעלעס. ער דערקלערט׃ „דאָס פֿעלד פֿון דער חורבן־פֿאָרשונג איז געשאַפֿן געװאָרן דורך ייִדישע היסטאָריקער, װעלכע האָבן באַטראַכט דעם חורבן װי אַן אינטעגראַלער באַשטאַנדטײל פֿון דער ייִדישער געשיכטע. זײ האָבן זיך פֿאָקוסירט אױף אינעװײניקע אַספּעקטן פֿון דער טאָג־טעגלעכער עקזיסטענץ אין די געטאָס און לאַגערן אונטער דער נאַצישער אָקופּאַציע און האָבן באַטאָנט דעם חשיבֿות פֿון שטודירן ייִדישע מקורים און זאַמלען בעל־פּהיקע גבֿית־עדותן”. אַזאַ מין צוגאַנג, האַלט סמיט, איז געװען דער היפּוך פֿון די הױפּטשטראָמיקער „האָלאָקאָסט־שטודיען”, װאָס האָבן זיך דער עיקר אָפּגעגעבן מיטן מאַסנמאָרד און זײַנע נאַצישע אױספֿירער און באַהאַנדלט ייִדן װי פּאַסיװע קרבונות.

די ייִדישע היסטאָריקער האָבן געשריבן פֿאַרן אײגענעם עולם, װאָס לרובֿ זײַנען זײ אַלײן שװער געטראָפֿן געװאָרן דורכן חורבן. זײער ציל איז געװען צו דערצײלן װעגן דעם ייִדישן לעבן און װידערשטאַנד, ניט װעגן דעם ייִדישן אומקום. דערפֿאַר האָבן זײ באַטראַכט דעם חורבן װי אַ גליד אין דער לאַנגער היסטאָרישער קײט, און ניט װי אַ יוצא־דופֿן װאָס שטײט מחוץ דעם „נאָרמאַלן” היסטאָרישן גאַנג. ייִדיש איז פֿאַר זײ געװען ניט סתּם אַ שפּראַך, נאָר אַ װיכטיקער סימן פֿונעם ייִדישן קיום. אָבער דװקא דערפֿאַר זײַנען זײערע װערק פֿאַרבליבן רעלאַטיװ אומבאַקאַנט אין דער ברײטערער װעלט.