דער פּויפּסט: אַ מיטגליד פֿונעם קראָקאָווער ייִדישן קהילה־צענטער

Pope Francis: The Krakow JCC's Newest Member

דער פּויפּסט פֿראַנציס באַקומט אַ מיטגליד־קאַרטל פֿונעם דירעקטאָר פֿונעם קראָקאָווער ייִדישן קהילה־צענטער, יונתן אָרנשטיין
Courtesy of Krakow JCC
דער פּויפּסט פֿראַנציס באַקומט אַ מיטגליד־קאַרטל פֿונעם דירעקטאָר פֿונעם קראָקאָווער ייִדישן קהילה־צענטער, יונתן אָרנשטיין

פֿון ייִט״אַ

Published August 02, 2016, issue of August 29, 2016.

דער ייִדישער קהילה־צענטער פֿון קראָקע איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע אַקטיווע מיטגלידער און זײַנע פֿיל־צאָליקע אַקטיוויטעטן אין אַ שטאָט, וואָס ס׳רובֿ הײַנטיקע ייִדן קענען בלויז ווי אַ צײַטווײַליקער אָפּשטעל אויפֿן וועג צו באַזוכן אוישוויץ. איצט קען דער JCC זיך באַרימען מיט גאָר אַ באַקאַנטן מיטגליד: דער פּויפּסט פֿראַנציס.

יונתן אָרנשטיין, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿונעם קהילה־צענטער האָט צוגעטיילט דעם פּויפּסט אַ מיטגליד־קאַרטל און אַן אָפֿיציעל גרין העמדל בעת אַ קבלת־פּנים זונטיק בײַ דער רעזידענץ פֿונעם קראָקאָווער אַרציביסקופּ. דער קבלת־פּנים איז פֿאָרגעקומען בײַם סוף פֿונעם פּויפּסטס פֿיר־טאָגיקן וויזיט אין פּוילן אָפּצומערקן דעם „אינטערנאַציאָנאַלן יונגט־טאָג‟, אַ ריזיקער פֿעסטיוואַל אָרגאַניזירט דורך דער קאַטוילישער קירך. בעת זײַן באַזוך איז דער פּויפּסט געפֿאָרן קיין אוישוויץ, וווּ ער האָט שטילערהייט געבעטן גאָט און זיך געטראָפֿן מיט פּאָליאַקן, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם לאַגער.

אָרנשטיין האָט געזאָגט דער „ייִט׳׳אַ‟, אַז ס׳איז אים געווען אַ כּבֿוד זיך צו טרעפֿן מיטן פּויפּסט.

„איך האָב אים דערציילט וועגן דעם אויפֿבלי פֿונעם ייִדישן לעבן אין קראָקע און ווי נאָענט עס זענען אונדזערע באַציִונגען מיט דער קאַטוילישער קירך. איך האָב אים אויך באַדאַנקט פֿאַר דעם, וואָס ער דינט ווי אַ קול פֿאַר די אונטערגעדריקטע‟, האָט אָרנשטיין געזאָגט.

צווישן די געסט זענען געווען דער הויפּט־רבֿ פֿון פּוילן, מיכאל שודריך און צוויי פּראָמינענטע ייִדן, וואָס האָבן איבערגעלעבט אוישוויץ — מאַריאַן טורסקי און ראָמאַן קענט. עס האָט אויך אָנטייל גענומען פּיאָטר וויסליצקי, דער דירעקטאָר פֿונעם „ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט‟ אין פּוילן און דער פּרעזידענט פֿון עטלעכע פּוילישע ייִדישע קהילות.

דער קראָקאָווער ייִדישער קהילה־צענטער איז געגרינדעט געוואָרן אין 2008 און נעמט אַרײַן 600 מיטגלידער. איין קאָמענטירער אויף „פֿייסבוק‟ האָט זיך געוויצלט, אַז דער פּויפּסט, וואָס איז 79 יאָר אַלט, קען זיך שוין אײַנשליסן אין דער קהילה־צענטערס גרופּע פֿאַר עלטערע־לײַט.