אידיש מיט אַ יוד

Yiddish with a Yud

איציק בלימאַנס סטודענטן לײענען דעם חסידישן זשורנאַל, „מאָמענט‟
איציק בלימאַנס סטודענטן לײענען דעם חסידישן זשורנאַל, „מאָמענט‟

פֿון איציק בלימאַן

Published August 03, 2016, issue of August 29, 2016.

די װאָס זענען פֿאַרשריבן אױף דער בליצפּאָסט־רשימה פֿון „פֿאָרװערטס“ האָבן זיך מסתּמא אָנגעטראָפֿן אױף די קריטישע קאָמענטאַרן, װאָס געװיסע לײענערס שרײַבן גאָר אָפֿט אױף דער װעבזײַט פֿון דער צײַטונג. בדרך־כּלל באַקלאָגט מען זיך נישט װעגן דעם אינהאַלט פֿון די אַרטיקלען, נאָר דװקא װעגן דעם אױסלײג, װעגן דעם װערטער־אָפּקלײַב און װעגן אַנדערע שפּראַכיקע ענינים — װײַל דאָס אַלץ, טענהט מען, מוז זײַן אַ סימן פֿונעם שרײַבערס „שׂינאה“ קעגן די פֿרומע און זײער שפּראַך.

מיט דעם אױספֿיר בין איך אַװדאי נישט מסכּים. אין „פֿאָרװערטס“ דרוקן זיך דאָך נישט װײניק אַרטיקלען פֿון חסידישע שרײַבערס, און אַפֿילו אינעם װידעאָ־קאַנאַל קען מען הערן װי עס רעדן חסידישע יונגע־לײַט אין זײער נאַטירלעכער שפּראַך. װאָס שײך דעם ייִװאָ־אױסלײג װעט דער „פֿאָרװערטס“ נישט אָפּטרעטן; אָבער דאָס הײסט נישט אַז די רעדאַקטאָרן װילן אָפּמוטיקן פֿעיִקע חסידישע שרײַבערס פֿון אַנטװיקלען זײערע טאַלאַנטן אױף די שפּאַלטן פֿון דער צײַטונג.

צוריק געשמועסט מוז איך זיך מודה זײַן, אַז סע װאָלט אױך נישט געשאַט װען די ייִדישיסטן לײגן אַרײַן מער מי זיך צו באַקענען מיטן חסידישן לשון. אין די מערסטע שפּראַכקורסן אין װעלכע איך האָב זיך געלערנט ייִדיש — אַפֿילו אין די קורסן װוּ מע האָט בפֿירוש געשטעלט דעם טראָפּ („דעם דגש“ װי די חסידים זענען נוטה צו זאָגן) אױף דיאַלעקטישע אַנדערשקײטן — האָט מען דאָס „הײַמישע‟ ייִדיש אין גאַנצן פֿאַרקוקט. איך האַלט אַז די גערעדטע שפּראַך אין ברוקלין און מאָנסי און אַנדערע פֿרומע קהילות אין אַמעריקע (װי אױך אין אַנדערע לענדער) איז אַ װיכטיקער לעבעדיקער קװאַל פֿון שפּראַכיק עשירות, װאָס די ייִדיש־לערערס װאָלטן געדאַרפֿט אַרײַננעמען אין זײערע לערן־מאַטעריאַלן.

די דיאַלעקטאָלאָגיע װײַזט אונדז, אַז דאָס רעדעניש פֿון אײן געגנט קען זיך אונטערשײדן פֿונעם רעדעניש פֿון אַ צװײטער געגנט אין אַלע טײלן פֿון דער שפּראַכסיסטעם: אין סינטאַקס (דעם בױ פֿון פֿראַזעס און זאַצן), מאָרפֿאָלאָגיע (דעם בױ פֿון װערטער), פֿאָנאָלאָגיע (די קלאַנגען) און װאָקאַבולאַר (לאָקאַליזמען). אַזױ װי ייִדיש־לערערס זענען שױן צוגעװױנט צו לערנען מיט די סטודענטן די אונטערשײדן צװישן כּלל־ייִדיש און די פֿאַרשידענע דיאַלעקטן װאָס מע האָט גערעדט אין דער אַלטער הײם (למשל, װען מע לײענט פּאָעזיע אױף אַ קול און שטױסט זיך אָן אין אַן אומגעװײנטלעכן גראַם) — קען מען אױך אַרײַנברענגען אין קלאַס טעקסטן און רעקאָרדירונגען פֿונעם הײמישן ייִדיש און אַרומרעדן זײַנע באַזונדערקײטן.

לאָמיר דאָ ברענגען אַ פּאָר בײַשפּילן. אין אונגערישן ייִדיש איז דער היפּוך פֿון „שנעל“ (בײַ אונדז, „גיך“) נישט „פּאַמעלעך“ אָדער „פּאַװאָליע“ אָדער „לאַנגזאַם“ (כאָטש מע באַגעגנט די װערטער גענוג אָפֿט אין דער געשריבענער שפּראַך בײַ חסידים), נאָר „שטאַט“, װאָס װערט אַרױסגערעדט מיט אַ לאַנגן װאָקאַל: [שטאַאַט]. אָט הערן מיר װי ליפּא שמעלצער ניצט דאָס װאָרט אינעם נײַעם װידעאָ לכּבֿוד ראש־חודש תּמוז (בײַ 4 מינוט, 39 סעקונדעס). ער ניצט אױך דעם באַשטימטן אַרטיקל [דעי], װאָס געװײנטלעך שרײַבט מען דאָס נישט אַנדערש פֿון „די“. נישט אײן מאָל האָב איך געהערט װי אַ ייִדישיסט אַ פּוריסט באַקלאָגט זיך װעגן דער פֿאַרפֿלײצונג פֿון די אַרטיקלען „דעי“ און „דעיס“ (=דאָס) אין דער חסידישער שפּראַך, און מײנט דערבײַ (איך בין נישט זיכער פֿאַר װאָס) אַז זײ זענען אַרײַן אין ייִדיש פֿון ענגליש. „דעי“ און „דעיס“ זענען אַלטע פֿאַרװאָרצלטע ייִדישע װערטער, װאָס מע קען הערן אין דער גערעדטער שפּראַך פֿון ייִדן װאָס זענען אױפֿגעװאָקסן אין אײראָפּע נאָך פֿאַר דער מלחמה. לפֿי־דעתּי װאָלטן אַלע הײַנטצײַטיקע ייִדיש־סטודענטן — די קומעדיקע עקספּערטן אױפֿן געביט פֿון ייִדיש — זיך געדאַרפֿט באַקענען מיט ד[ע]י װערטער. אמת, מע קען זיך אפֿשר באַגײן אָן זײ אױב מע װיל זיך פֿאַרנעמען בלױז מיט דער שײנער ליטעראַטור — אָבער מע װעט בשום־אופֿן נישט קענען פֿאַרשטײן װאָס סע טוט זיך אױף דער ייִדישער גאַס!

אױך אין סינטאַקס געפֿינען זיך װיכטיקע אונטערשײדן צװישן כּלל־ייִדיש און הײמיש־אונגערישן ייִדיש. אין אַ סך פֿאַלן (אָבער נישט אַלע מאָל) װערט דאָס װאָרט „אױב“ פֿאַררעכנט פֿאַר אַ זאַצאײנס, װאָס דערנאָכדעם דאַרף קומען דער װערב, למשל: „אױב װײסטו“ (=אױב דו װײסט), „אױב קען מען“ (=אױב מע קען), „אױב מײנט עץ“ (=אױב איר מײנט). דער ענין פֿאָדערט אַ פּינקטלעכע לינגװיסטישע פֿאָרשונג, כּדי צו דערגײן װי אָפֿט און אין װאָסערע קאָנטעקסטן דער קאָניוגירטער װערב קומט גלײַך נאָכן װאָרט „אױב“. אָבער דערװײַלע קען מען דאָס פֿאָרשטעלן אין קלאַס, די סטודענטן זאָלן כאָטש װיסן אַז ס’איז דאָ אַזאַ מין װאַריאַציע אין ייִדישן סינטאַקס פֿונעם הײמישן ציבור, און אַז ס’איז נישט קײן גרײַז.

פֿאַראַן אָן אַ שיעור אַנדערשקײטן צװישן דעם כּלל־ייִדיש און דעם ייִדיש װאָס מע רעדט אױף דער חסידישער גאַס. אַז דער לערער רעדט נישט װעגן זײ אין קלאַס בלײַבט דער סטודענט אָן די געהעריקע מיטלען זיך צו קענען פֿאַרטיפֿן אין דער שפּראַך פֿון די פֿרומע קרײַזן — צו לײענען װאָס זײ שרײַבן און פֿאַרשטײן װאָס זײ רעדן. דערבײַ פֿאַרלירט מען אַ געלעגנהײט צונױפֿצופֿירן די צװײ צדדים — ד״ה, צו בױען אַ בריק צװישן די ייִדישיסטן און די חסידים. דער לערער װאָס רעדט נישט װעגן דעם חסידישן ייִדיש קען, װילנדיק צי נישט־װילנדיק, אײַנפֿלאַנצן אינעם סטודענט דאָס געפֿיל אַז די שפּראַך איז װײניקער שײן, װײניקער געשמאַק, װײניקער גראַמאַטיש װי דאָס לשון װאָס מע לערנט אין די אוניװערסיטעטן. אַפֿילו אַז דער לערער האַלט נישט פֿונעם הײַנטצײַטיקן חסידישן ייִדיש (פֿאַראַן אַזעלכע לערערס…) זאָל דער סטודענט קומען צו זײַן אײגענעם אױספֿיר.