ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

די „קישקע־מאָנאָלאָגן״
די „קישקע־מאָנאָלאָגן״

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published August 03, 2016, issue of August 29, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

„ייִדישפּיל״ פּיעסע „קישקע־מאָנאָלאָגן״ שפּילט אין װאַרשע, אָבער די מאָנאָלאָגן זענען אויף עבֿרית

די פּראָגראַם פֿונעם וואַרשעווער זינגער־פֿעטסיוואַל איז שוין גרייט. ייִדיש ווערט, צום באַדויערן, הײַנטיקע טעג מער געזונגען ווי גערעדט, אויף דער וועלט בכלל און אין ווארשע בפֿרט.

דערפֿאַר האָב איך זיך דערפֿרייט אַז פֿון תּל־אָבֿיבֿ קומט דער „ייִדישפּיל״־טעאַטער מיט אַ נײַער ייִדישע פּיעסע. די צרה איז אַז די פּיעסע הייבט זיך נישט אָן און סע לאָזט זיך נישט אויס. “מונולוגים מהקישקע” ־ אַזוי הייסט זי. אויף מאַמע־לשון: די „קישקע־מאָנאָלאָגן״.

הייסט עס, אַז מיר האָבן דאָ צו טאָן נישט מיט קיין אמתן טעאַטער, אָדער קונסט-טעאַטער ווי מאָריס שוואַרץ וואָלט געזאָגט, נאָר מיט אַן אָוונט פֿון עטנאָ-שמאַלץ. מילא. קליין קונסט איז אויך קונסט. נאָר וואָס זשע? מען זינגט טאַקע אויף ייִדיש, אָבער די סאַמע מאָנאָלאָגן זענען אויף עבֿרית. צום ייִדיש רעדן קומט עס נישט.

ישׂראל האָט נאָך אַלץ ייִדיש־רעדערס און ייִדיש־שרײַבערס. ייִדישע דראַמאַטורגן און ייִדישע פֿעליאָטאָניסטן. ווי קומט עס אַז מען הערט זיי קוים און מען זעט זיי קוים אויף דער בינע פֿונעם „ייִדישפּיל״?

וואָס שייך די שפּראַך, זעט מען אַז מען האָט נישט געאַרבעט ווי געהעריק מיט די יונגע אַקטיאָרן אויף זייער ייִדישער אויסשפּראַך. ס’איז עפּעס ייִדיש אָן אַ ייִדישן טעם.

בכלל קען מען זאָגן אַז דווקא עטנאָ-שמאַלץ (יש אומרים “שונד”), האָבן מיר אין אייראָפּע בכלל און אין פּוילן בפֿרט איבערגענוג. איך וואָלט אפֿילו געזאָגט אַז די אייראָפּעער מאַכן דאָס אַ סך בעסער.

אַ שאָד וואָס דער תּל־אָבֿיבֿער טעאַטער שעפּט נישט פון די ליטעראַרישע קוואַלן פֿונעם ייִדישן טעאַעטער אָדער פון די הײַנטיקע ישׂראלדיקע שעפֿערישע כּוחות, ספּעציעל ווען ער קומט אויף אַ גאַסטראָל צו אונדז, קיין פּוילן.


קאָנצערט פֿון „די לעבן געבליבענע מוזיקאַנטן‟ אונטערן פֿרײַען הימל

מאַרקעטינג, אוי מאַרקעטינג. אוריאל ווײַנרײַך האַלט אַז אויף ייִדיש הייסט עס אָפּזעצערײַ. זאָל זײַן. ווי סע זאָל נישט זײַן ווייסט איר מסתּמא וואָס מאַרקעטינג באַטײַט.

עס ווײַזט זיך אַרויס אַז אַפֿילו דעם חורבן קען מען “אָפּזעצן”. אָט האָט איר אַ בײַשפּיל. האָט איר אַ מאָל געהערט פֿון די לעבן געבליבענע קלעזמאָרים?

‏THE HOLOCAUST SURVIVORS BAND

די מוזיקאַנטן פֿונעם דאָזיקן טריאָ זענען שאול דרייער, ראובֿן סאָסנאָוויטש און חנה סאָסנאָוויטש.

שאול דרייער, איז ניצול געבליבן אַ דאַנק אָסקאַר שינדלערן. ער רעדט ביזן הײַנטיקן טאָג אַ זאַפֿטיקן פּוילישן ייִדיש. ער איז אַ פּײַקלער. אַגבֿ, ער איז אַ בן־תּשעים אָבער פּײַקלען פּײַקלט ער ממש ווי א יונגערמאַנטשיק.

ראובֿן סאָסנאָוויטש איז געווען אַ קינד אין דער וואַרשעווער געטאָ. ער שפּילט אויפֿן אַקאָרדעאָן און זיין טאָכטער חנה איז די זינגערין פֿונעם טריאָ. זיי זענען געקומען שפּילן אונטערן בלויען הימל אויפֿן גזשיבאָווסקי סקווער אין וואַרשע.

דער קאָנצערט איז אַן איניציאַטיוו פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿון די פּוילישע ייִדן״ און די „מעמקים פֿונדאַציע״.


אַגאַטאַ דאָמבראָווסקאַ װעט האַלטן לעקציע װעגן הומאָריסט אַנטאָנין סלאָנימסקי

און צוריק צום זינגער־פֿעסטיוואַל. דאָס איז טאַקע דאָס רובֿ אַ פֿעסטיוואַל געווידמעט מוזיק און לידער. פֿון דעסט וועגן װעט אויך פֿאָרקומען אַן אַקאַדעמישע סעסיע געווידמעט דעם ייִדישן הומאָר.

אַגאַטאַ דאָמבראָווסקאַ וועט רעדן וועגן אַנטאָנין סלאָנימסקי און שטעלן די פֿראַגע צי ער איז געווען אַ הומאָריסט אָדער אַ סקאַנדאַליסט. אויב איר פֿרעגט מיך מײַן מיינונג, איז אַזוי: כאָטש נישט יעדער סקאַנדאַליסט איז געבענטשט מיט הומאָר איז כּמעט יעדער הומאָריסט אַ שטיקל סקאַנדאַליסט. הייסט עס, אַז אַ הומאָריסט איז נישט דווקא דער היפּוך פון אַ סקאַנדאַליסט אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.

אין אַמעריקע איז דער נאָמען אַנטאָנין סלאָנימסקי כּמעט אומבאַקאַנט אָבער אין פּוילן ווערט ער באַטראַכט ווי איינער פֿון די גרעסטע פּאָעטען פֿון דער מאָדערנער פּוילישער ליטעראַטור. ווייניקער באַקאַנט דאָ איז דער פֿאַקט וואָס זײַן זיידע איז געווען חיים זעליג סלאָנימסקי, דער רעדאַקטאָר פון “הצפֿירה”, איינע פֿון די ערשטע העברעיִשע צײַטונגען אין מזרח-אייראָפּע. סלאָנימסקיס טאַטע האָט זיך געשמדט און דער זון האָט אַפֿילו געהאַט אַנטיסעמיטישע נײגונגען, אָבער נאָך דער מלחמה האָט ער געשריבן מיט ליבע און צער וועגן דעם אויסגערהגעטן ייִדישן פֿאָלק אין פּוילן.

ווי זײַן בן-דור, דער געניאַלער פּוילישער ייִדישער פּאָעט יוליאַן טובֿים, האָט סלאָנימסקי געשריבן סײַ לירישע סײַ סאַטירישע טעקסטן.

מאַרעק טושעוויצקי וועט האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן הומאָר אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר, און אַנגניעשקאַ זשאָלקעווסקאַ וועט האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן HUMOR MADE IN GETTO אַזוי שטייט געשריבן אין פּראָגראָם – טאַקע אויף ענגליש. מסתּמא גייט דאָ אַ רייד וועגן הומאָר אין די געטאָס בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.

נאָך אַ באַווייז אַז הומאָר איז אין תּוך זייער אַן ערנסטע זאַך.