פּרשת מטות־מסעי, תּשע״ו

Weekly Torah Portion: Matos-Masey, 5776

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published August 04, 2016, issue of August 29, 2016.

די הײַנטיקע טאָפּלטע פּרשה דערציילט ווײַטער וועגן די קאָנסעקווענצן נאָך דער מעשׂה מיט די פֿרויען, וועלכע האָבן פֿאַרפֿירט אַ טייל ייִדן צו דינען עבֿודה־זרה און האָבן דערבײַ גורם געווען אַ שרעקלעכע מגיפֿה.

הגם די פֿרויען זענען געווען פֿון מואבֿ, האָט דער אייבערשטער אָנגעזאָגט משה רבינו צו באַשטראָפֿן אַן אַנדער פֿאָלק, די מדינים.

ווידער, אַזוי ווי אין דער פֿאָריקער סדרה, טרעפֿן מיר זיך מיט אַ סוזשעט, וואָס קלינגט צווייפֿלהאַפֿטיק פֿאַר אַ מאָדערנעם לייענער. משה האָט געהייסן אויסקלײַבן די בעסטע סאָלדאַטן, כּדי די מדינים זאָלן זיך אָפּלערנען אַ משל. צי זײַן נקמה־אַקציע אינעם נאָמען פֿונעם באַשעפֿער איז טאַקע געווען אַ קאָלעקטיווע שטראָף, צי נישט, איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז אין די חסידישע און קבלה־ספֿרים ווערן די געשעענישן אין אונדזער פּרשה אָפּגעטײַטשט אויף אַ סימבאָלישן אופֿן.

הגם די תּאוות קאָנען זיכער פֿאַרפֿירן דעם מענטש, דאַרף מען, קודם־כּל, מאָביליזירן די אינערלעכע כּוחות אויפֿן קאַמף קעגן די פֿאַרפֿירערישע געדאַנקען. די מדינים רעפּרעזענטירן דעם פֿאַרקרימטן שׂכל. דער ליידיקער קאָפּ ברענגט אַ טיפֿערן פּגם, ווי דאָס צעהיצטע האַרץ. שלעכטע מחשבֿות קאָנען ברענגען צו כּלערליי עבֿירות, אין פֿאַרגלײַך מיט אויבנאויפֿיקע געפֿילן.

אַזוי צי אַזוי, פֿאָקוסירן זיך די חסידישע ספֿרים אויפֿן אינערלעכן אַספּעקט פֿון דער מלחמה צווישן ייִדן און מדינים. יעדער פּרט אין דער תּורה, אַרײַנגערעכנט איינמאָליקע היסטאָרישע געשעענישן, האָט אַן אייביקע ווערט ווי אַ רמז אויף רוחניותדיקע ענינים. אויב אַזוי, פֿאַרוואָס זענען אין דער פּרשה „מטות‟ סיסטעמאַטיש באַשריבן די צאָל מענטשן און שטוב־בהמות, וואָס די ייִדן האָבן איבערגענומען בעת דער מלחמה? למשל, וואָס פֿאַר אַ פּראַקטישן מוסר־השׂכּל קאָנען מיר אָפּלערנען פֿונעם פֿאַקט, אַז די ייִדישע סאָלדאַטן האָבן צוגענומען 675,000 שאָף בײַם שׂונא און צעטיילט זיי לויט קאָנקרעטע פּרטימדיקע חשבונות?

די פּרשה הייבט זיך אָן מיטן ענין פֿון נדרים. אַ נדר איז בעצם אַ ריין פּערזענלעכע מיצווה, וואָס אַ יחיד טוט, כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון די פּאַסטקעס פֿון יצר־הרע. לכתּחילה, איז בײַ ייִדן אָנגענומען דער מינהג צו זאָגן „בלי־נדר‟ יעדעס מאָל, ווען אַ געוויסער צוזאָג קאָן אינטערפּרעטירט ווערן ווי אַן אמתער נדר. דערפֿאַר, אויב עס שאַפֿט זיך אַ סיטואַציע, ווען אַ נדר קאָן אָפּהיטן פֿון אַן עבֿירה, מוז מען מאַכן אַן ערנסטן דין־וחשבון און באַטראַכטן, צי ס׳איז כּדאַי צוצוטראַכטן פֿאַר זיך אַן אוניקאַלע באַגרענעצונג־מיצווה. דער באַשעפֿער האָט דאָך באַשאַפֿן די וועלט, כּדי דער מענטש זאָל הנאָה האָבן פֿונעם לעבן, אַנשטאָט צו אַסרן פֿאַר זיך גאַנץ כּשרע זאַכן.

עס באַקומט זיך, אַז די נדרים פֿאָדערן אַ פּרטימדיקן חשבון, אַ גוט דורכגעטראַכטן באַלאַנס צווישן די נייטיקע באַגרענעצונגען און איבעריקע חומרות, וואָס קאָנען צוגעבן נאָך מער כּוחות צו די אינערלעכע מחנות פֿון דער יצר־הרע. למשל, אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט פֿאַרשפּרייטן זיך כּלערליי נײַע „גדרים‟ קעגן דער אינטערנעץ און אַנדערע מאָדערנע קאָמוניקאַציע־טעכנאָלאָגיעס. עס טרעפֿן זיך גענוג פֿאַלן, ווען אַזעלכע באַגרענעצונגען שאַפֿן אַ סבֿיבֿה, וווּ די גאַנצע ייִדישקייט באַקומט, חלילה, אַ מיאוסן טעם. אַפֿילו ווען מע נעמט אָן אַ פּערזענלעכן נדר, מוז מען קודם אָפּגעבן אַן ערנסטן דין־וחשבון. ווען געוויסע טוער און רבנים פֿאַרשפּרייטן אַ נײַע חומרא צווישן אַ גאַנצער קהילה, דאַרף מען געדענקען דאָס גרויסע אַחריות, וואָס ליגט אויף זייערע פּלייצעס.

הגם ס׳איז שווער צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי די פּרטימדיקע ציפֿערן אין דער הײַנטיקער פּרשה האָבן אַ שײַכות צו אונדזער טאָג־טעגלעך געראַנגל קעגן דער יצר־הרע, דאַרפֿן מיר געדענקען, אַז אויב מע פּרוּווט מבֿטל צו זײַן מיט אַ מאָל אַלע פֿאַרגעניגנס פֿון דער גשמיותדיקער וועלט, קאָן עס ברענגען צו פּונקט פֿאַרקערטע רעזולטאַטן. נאָר אַ געוויסע צאָל „פֿאַרכאַפּטע‟ און „בהמות‟ קאָן מען צונעמען אינעם קאַמף קעגן די פּערזענלעכע צווייפֿלהאַפֿטיקע נטיות. אויב מע כאַפּט איבער די מאָס, קאָן מען אַליין פֿאַרכאַפּט ווערן.

אין דער צווייטער העלפֿט פֿון דער הײַנטיקער טאָפּלטער סדרה, „מסעי‟, ווערן פּרטימדיק איבערגעציילט די וואַנדערונגען פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין מידבר, לויט אַ געוויסן גאַנץ פּינקטלעכן מאַרשרוט. ס׳רובֿ פֿון די דערמאָנטע 42 ערטער בלײַבן אומבאַקאַנט. אַזוי ווי אינעם דערמאָנטן פֿאַל פֿונעם אינערלעכן געראַנגל קעגן דער יצר־הרע, בלײַבן אַלע פּרטים אין דער תּורה תּמיד רעלעוואַנט פֿאַר יעדן דור. יעדער מענטש מוז במשך פֿונעם לעבן דורכגיין אַ גאַנצע ריי גײַסטיקע סטאַנציעס, כּדי אַרויסצוגיין ווי געהעריק פֿונעם אייגענעם מצרים און דערגרייכן דאָס פּערזענלעכע „הייליקע לאַנד‟.

על־פּי־קבלה, שטעלט מיט זיך פֿאָר די פּרשה אַ גאַנצע „מאַפּע‟ פֿונעם וועג, וואָס די מענטשלעכע נשמה מוז כאָטש איין מאָל דורכגיין. אין אַ טייל פֿאַלן דערקלערן די חסידישע צדיקים, ווי אַזוי די נעמען פֿון מיסטעריעזע ערטער שטימען מיט קאָנקרעטע שטאַפּלען אויף אונדזער וועג אין עבֿודת־השם. איינער באַקאַנטער בײַשפּיל איז „קבֿרות־התּאווה‟. ווען אַ מענטש ווערט נתפּעל פֿונעם אמתן התגלות־השכינה, פֿאַרגעסט ער ממילא אין זײַנע גשמיותדיקע תּאוות. אַזאַ פּאָזיטיווער מעטאָד פֿונעם באַקעמפֿן די יצר־הרע דורכן רוחניותדיקן התפּעלות איז אַ סך עפֿעקטיווער, ווי דער דערמאָנטער חומרות־וועג. על־פּי חסידות, קאָן מען מיט שׂימחה לשם־שמים אויפֿטאָן אַ סך מער, ווי מיט איבעריקע נדרים און סיגופֿים.

ווי מיר האָבן שוין געשמועסט אין די פֿאָריקע פּרשיות, האָט דער גאַנצער חומש „במדבר‟ צו טאָן מיט חשבונות. אין די באַציִונגען צווישן מענטשן, „בין אָדם לחבֿרו‟, מוז מען געדענקען, אַז יעדער מענטש האָט אַן אייגענע מעלה און דער ציבור קאָן נישט רעדוצירט ווערן צו טרוקענע ציפֿערן. אַ ציבור באַשטייט פֿון אוניקאַלע יחידים, און יעדער יחיד איז אַן אוניקאַלע וועלט פֿאַר זיך.

אַזעלכע פּערסאָנאַזשן, ווי דער פֿאַרבלאָנדזשעטער משיחישער אויפֿשטענדלער קורח, דער קנאָיִשער צדיק פּנחס און אַפֿילו דער אויסגעשפּראָכענער רשע בלק ווײַזן אונדז, אַז נישט אַלע מענטשלעכע חשבונות פּאַסן זיך אַרײַן אין די נאָרמאַטיווע באַשטימטע קאַטעגאָריעס. אין צווייפֿלהאַפֿטיקע מעשׂים שטעקט צומאָל אויך אַ קערנדל פֿון אמת, וואָס ברענגט אין דער צוקונפֿט צו גאַנץ פּאָזיטיווע תּוצאות.

די הײַנטיקע סדרה, מיט וועלכער עס שליסט זיך דער חומש „במדבר‟, ווײַזט אונדז צוויי אַנדערע דימענסיעס פֿון פּערזענלעכע חשבונות. ווען מע האַלטן זיך דווקא אָפּ פֿון צווייפֿלהאַפֿטיקע מעשׂים, דאַרף מען געדענקען, אַז די מלחמה קעגן דער יצר־הרע נייטיקט זיך אין גענויע חשבונות און סטראַטעגיעס. יעדעס מאָל, ווען במשך פֿונעם לעבן טרעפֿן מיר זיך אָן אויף שווערע סיטואַציעס, וואָס רייצן אויף אונדזערע שלעכטע נטיות, מוזן מיר צוטראַכטן אַ פּינקטלעכן „מלחמה‟־פּלאַן.

אונדזער לעבן גייט נישט אַלעמאָל גלאַטיק און באַשטייט פֿון אַ גאַנצער ריי „סטאַנציעס‟. במשך פֿון אונדזער בלאָנדזשען אינעם „מידבר‟ פֿונעם לעבן טרעפֿן מיר זיך אָן אויף גאַנץ אומגעריכטע סיטואַציעס, געפֿילן און השׂגות. ווען מיר דערגרייכן אַ נײַעם לעבנס־שטאַפּל, מוזן מיר גוט באַטראַכטן, ווי אַזוי מע קאָן אויסנוצן דעם פּערזענלעכן מצבֿ לשם־שמים און נישט אַרײַנפֿאַלן אין די פּאַסטקעס פֿון אונדזערע תּאוות און ספֿקות.

אינעם קלאַסישן ספֿר „חובֿות הלבֿבֿות‟ ווערט באַטאָנט, אַז אַחוץ דער סטאַנדאַרטער הלכה זענען פֿאַראַן אומצאָליקע פּערזענלעכע מיצוות. דאָס האַרץ און דער שׂכל פֿון יעדן יחיד מוז זיי אַנטפּלעקן דורכן אייגענעם חשבון־הנפֿש. ווען דאָס תּורה־לעבן וואָלט באַשטאַנען בלויז פֿון פֿיקסירטע כּללים, אַפֿילו שטרענגע חומרות און גדרים, וואָלט מען גענוג גרינג געקאָנט זיי מקיים זײַן. דער אייבערשטער האָט אָבער אַזוי באַשאַפֿן די וועלט, אַז יעדער יחיד מוז צומאָל אָפּטײַטשן די תּורה־חשבונות מיט גרויס אַחריות אויף אַן אינגאַנצן אוניקאַלן שטייגער.