גרעסטע ישׂראל־דעלעגאַציע אין דער אָלימפּיאַדע־געשיכטע

Israel's Largest Olympic Delegation Ever

פּרעזידענט ראובֿן ריבֿלין (פֿאָרנט, צווייטער פֿון רעכטס) מיט דער ישׂראלדיקער דעלעגאַציע, פֿאַרן אָפּפֿאָרן קיין בראַזיל
Mark Neiman/GPO
פּרעזידענט ראובֿן ריבֿלין (פֿאָרנט, צווייטער פֿון רעכטס) מיט דער ישׂראלדיקער דעלעגאַציע, פֿאַרן אָפּפֿאָרן קיין בראַזיל

פֿון מאַרקוס מאָראַעס (ייִט״אַ)

Published August 05, 2016, issue of August 29, 2016.

ריאָ דע זשאַנעראָ. — ווען די אָלימפּישע שפּילן וועלן זיך עפֿענען דאָ דעם פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, וועט ישׂראל קענען שטאָלצירן מיט איר גרעסטער דעלעגאַציע אין דער געשיכטע פֿון דער אָלימפּיאַדע. עס וועלן קאָנקורירן 47 אַטלעטן אין 17 מינים ספּאָרט.

צווישן זיי: די גאָלף־שפּילערין לעטיטיאַ בעק — דאָס אייניקל פֿון אַ לעבן געבליבענעם פֿון חורבן; און רן דרמון — דער ערשטער ישׂראלדיקער באַטייליקטער אינעם טריאַטלאָן (אַ קאָמבינאַציע פֿון שווימען, ביציקלירן און לויפֿן).

אויף דער פֿריִערדיקער אָלימפּיאַדע, אין 2012, האָט די ישׂראלדיקע דעלעגאַציע פֿון 37 שפּילער נישט געוווּנען קיין מעדאַל.

מע ריכט זיך, אַז בערך 10,000 ישׂראלדיקע טוריסטן וועלן בײַזײַן אויף דער אָלימפּיאַדע, אין איינעם מיט די מיטגלידער פֿון דער בראַזיליאַנער ייִדישער קהילה, וואָס באַטרעפֿט הײַנט כּמעט 40,000 נפֿשות. איינע פֿון די פֿעיִקסטע אַטלעטן פֿון ישׂראל, די גימנאַסטקע נתּה ריבֿקין, וועט טראָגן די ישׂראלדיקע פֿאָן בעת דער עפֿענונג־צערעמאָניע.

אַ טייל פֿון די ישׂראלדיקע שפּילער זענען אָנגעקומען מיט עטלעכע וואָכן פֿריִער, כּדי זיך צוצוגעוויינען צום נײַעם קלימאַט. אַנטשטאָט גלײַך צו פֿאָרן קיין ריאָ, וווּ די אָלימפּיאַדע קומט פֿאָר, זענען אַ העלפֿט פֿון זיי צו ערשט אײַנגעשטאַנען אין סאַאָ־פּאַאָלאָ, די גרעסטע שטאָט און דער פֿינאַנציעלער צענטער פֿון לאַנד.

הגם סאַאָ־פּאַאָלאָ איז 250 מײַל פֿון ריאָ, האָבן די ישׂראלדיקע און יאַפּאַנישע דעלעגאַציעס אויסגעקליבן דעם ריזיקן ייִדישן קהילה־צענטער „העבראַיִקע‟ אין סאַאָ־פּאַאָלאָ, ווי דאָס אָרט וווּ די מאַנשאַפֿטן פֿאַר שווימען, וואַסער־פּאָלאָ, קוישבאָל, גימנאַסטיק, האַנטבאָל, דזשודאָ, שיסן, טעניס און נעצבאָל קאָנען טרענירן.

די ישׂראלדיקע גימנאַסטקע נתּה ריבֿקין — ישׂראלס בעסטער שאַנס פֿאַר אַ מעדאַל
David Ramos/Getty Images for BEGOC
די ישׂראלדיקע גימנאַסטקע נתּה ריבֿקין — ישׂראלס בעסטער שאַנס פֿאַר אַ מעדאַל

„ווי ייִדן זענען מיר שטאָלץ וואָס מיר קענען העלפֿן די ישׂראלדיקע אַטלעטן זיך צוגרייטן,‟ האָט דערקלערט אַבֿי געלבערג, דער פּרעזידענט פֿונעם „העברעיִקאַ‟־ספּאָרטקלוב. דער חיפֿה־געבוירענער געלבערג פֿירט אויך אָן מיט דער „מכּביה‟־אָרגאַניזאַציע אין בראַזיל.

„נישט געקוקט אויף די פּאָליטישע צרות, קאָרופּציע, דעם זיקאַ־ווירוס, און דער לופֿט־פֿאַרפּעסטיקונג אין לאַנד, בין איך זיכער, אַז בראַזיל וועט זייער גוט דורכפֿירן די אָלימפּיאַדע, פּונקט ווי מיר האָבן געטאָן מיטן ׳וועלטבעכער׳ פֿאַר פֿוסבאָל אין 2014,‟ האָט געלבערג געזאָגט.

במשך פֿון 16 אָלימפּיאַדעס האָט ישׂראל געוווּנען 7 מעדאַלן — אין דזשודאָ, זעגל־ספּאָרט און קאַנו־ספּאָרט. דער איינציקער גאָלדענער מעדאַל־געווינער איז געווען דער זעגלברעטלער גל פֿרידמאַן (אין אַטען, 2004).

„מיר זאָרגן זיך בכלל נישט וועגן זיכערהייט,‟ האָט דני אורן, דער ספּאָרט־דירעקטאָר פֿון דער ישׂראל־דעלעגאַציע, דערקלערט פֿאַר דער ייִט״אַ. אורן און די אַנדערע דעלעגאַטן קוקן אַרויס אויף דער עפֿענונג־צערעמאָניע פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, הגם דער העכסט־ראַנגיקער מיטגליד פֿון דער דעלעגאַציע וועט נישט בײַזײַן אויף דער עפֿענונג. מירי רגבֿ, די ישׂראלדיקע מיניסטאָרין פֿון קולטור און ספּאָרט האָט איבערראַשט דעם ברייטן עולם ווען זי האָט געמאָלדן, דעם 24סטן יולי, אַז זי וועט נישט זײַן דאָרט.

„שבת, אונדזער נאַציאָנאַלער רוטאָג, איז איינע פֿון די וויכטיקסטע מתּנות וואָס די ייִדן האָבן געשאָנקען דער וועלטקולטור,‟ האָט זי דערקלערט. „ווי די פֿאָרשטייערין פֿון מדינת־ישׂראל, די איינציקע ייִדישע מלוכה אויף דער וועלט, קאָן איך, צום באַדויערן, נישט אָנטייל נעמען אין דער עפֿענונג־צערעמאָניע פֿון דער אָלימפּיאַדע, ווײַל דאָס וואָלט געפֿאָדערט, אַז איך זאָל מחלל שבת זײַן.‟

רגבֿ וועט אָבער יאָ בײַזײַן אויף אַ ספּעציעלער צערעמאָניע לזכּרון די 11 ישׂראלים וואָס זענען דערהרגעט געוואָרן אין דער אָלימפּיאַדע אין מינכן אין 1972, וואָס וועט אָפּגעהאַלטן ווערן אינעם בנין פֿונעם שטאָטראַט, דעם 14טן אויגוסט, דורכן אינטערנאַציאָנאַלן אָלימפּישן קאָמיטעט און די אָלימפּישע קאָמיטעטן פֿון ישׂראל און בראַזיל.