קלעזמער־אַעראָביק פֿאַר משפּחות

Klezmer Aerobics For Families

דניאל ברענער פֿירט אָן דעם טאַנצקלאַס צום טאַקט פֿון קלעזמער־מוזיק און דערבײַ דערציילט ער מעשׂיות וועגן אינטערעסאַנטע טיפּן פֿונעם אַמאָליקן שטעטל
YouTube
דניאל ברענער פֿירט אָן דעם טאַנצקלאַס צום טאַקט פֿון קלעזמער־מוזיק און דערבײַ דערציילט ער מעשׂיות וועגן אינטערעסאַנטע טיפּן פֿונעם אַמאָליקן שטעטל

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 05, 2016, issue of August 29, 2016.

קלאַסן פֿון אַעראָבישע טענץ זענען הײַנט זייער פּאָפּולער, אָבער געוויינטלעך טאַנצט מען דאָרט צו נישט־ייִדישע מוזיק־פֿאָרמען, ווי מע זעט אין די שטאַרק באַליבטע „זומבאַ‟־קלאַסן.

דניאל ברענער, אַ ראַבינער און ייִדישער פּעדאַגאָג, פֿירט אָבער זײַנע געניטונג־קלאַסן דווקא צום טאַקט פֿון דער קלעזמער־מוזיק. בשעת־מעשׂה דערציילט ער אַליין־געשאַפֿענע מעשׂיות וועגן דעם אַמאָליקן שטעטל, ווי איינע וואָס הייסט „לוי און דער אַלטער בדחן‟. דערבײַ לערנט זיך דער עולם אויס נישט בלויז אויטענטישע ייִדישע טענץ, אָבער אויך אַ ביסל פֿאָלקלאָר. וויפֿל אַמעריקאַנער ייִדן, שוין אָפּגערעדט קינדער, ווייסן דען וואָס איז אַזוינס אַ בדחן?

„מײַן ציל איז צו מאַכן די סעסיעס קינסטלעריש אינטערעסאַנט סײַ פֿאַר קינדער, סײַ דערוואַקסענע,‟ האָט ברענער לעצטנס געזאָגט אין אַן אינטערוויו.

דעם זונטיק, דעם 7טן אויגוסט, וועט ער אָנפֿירן מיט „קלעזמער־אַעראָביק‟ אויפֿן פֿעסטיוואַל Art Kibbutz וואָס קומט פֿאָר אויף גאָווערנאָרס־אײַלאַנד, ניו־יאָרק.

ברענער האָט זיך געלערנט די ייִדישע טענץ פֿון סטיווען ווײַנטרויב, אַ ספּעציאַליסט פֿונעם זשאַנער, וואָס איז אַ באַקאַנט פּנים אויף די פֿאַרשידענע קלעזמער־פֿעסטיוואַלן וואָס קומען פֿאָר איבער דער וועלט.

ברענערס ערשטער „קלעזמער אַעראָביק‟־וואַרשטאַט איז פֿאָרגעקומען פֿאַראַיאָרן אין דער „קהילה־סינאַגאָגע‟ אין טשאַפּעל היל, צפֿון־קאַראָלײַנע. די סעסיע האָט אַזוי אויסגענומען בײַם עולם, אַז ער האָט עס אויך געטאָן אויף דער ניו־יאָרקער „לימוד‟־קאָנפֿערענץ אין פֿעברואַר. ער האָט שוין אַפֿילו געמאַכט אַ ווידעאָ פֿון די סעסיעס, כּדי מענטשן זאָלן עס אויך קענען טאָן בײַ זיך אין דער היים. אָט זעט איר ווי עס זעט אויס איינע פֿון זײַנע לעבעדיקע סעסיעס:



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.