אפֿשר וועלן די סגולות העלפֿן

Doing More Mitzvahs Can't Hurt

Yehuda Blum

פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב

Published August 07, 2016, issue of August 29, 2016.

אין דער פֿרי בין איך עפּעס אַרומגעגאַנגען מיט ליימענע פֿיס אַזוי ווי כ׳וואָלט געטראָגן שטעקשיך פֿון צעמענט. וואָס איז מיט מיר? ווי באַלד כ׳האָב גענומען דעם סידור אין דער האַנט צו זאָגן די ברכות, וואָס איך זאָג זיי יעדן אין דער פֿרי, איז מיר גלײַך אַלץ קלאָר געוואָרן. אַוודאי קומט אַלץ פֿונעם אייבערשטן, און אַלץ וואָס פּאַסירט האָט אַ באַטײַט. די זאַך איז נאָר, אַז מע דאַרף גוט וויסן ווי צו פֿאַרטײַטשן די סימנים וואָס דער אייבערשטער גיט אונדז. כ׳בין מיט אַ פּליוך אַרײַנגעפֿאַלן אינעם בענקל לעבן מיר און גלײַך אײַנגעזען דעם אמת. די שווערע פֿיס בײַ אַזאַ זשוואַווער מענטש ווי איך בין מוז האָבן עפּעס אַ באַטײַט. אַהאַ, ס׳איז גאָר נישט אַזוי שווער צו פֿאַרשטיין! איך גיי… איך גיי… אין פֿאַלשע וועגן, און איך פֿאַרלאָז זיך אויפֿן אייגענעם באַראָט! איז נישט קיין וווּנדער וואָס איך האָב נאָך נישט געטראָפֿן מײַן ריכטיקן זגאַל? נישט איך דריי דאָס רעדל! וויפֿל קען איין מענטש, איין בשׂר־ודם, דען אויפֿטאָן?

וואָס זשע טוט מען? מוז איך זיצן מיט פֿאַרלייגטע הענט און וואַרטן ווער ווייסט ווי לאַנג? דאָס האָט מיר נישט גרינגער געמאַכט דאָס געמיט. הממם, אָבער באַלד איז מיר געקומען אין געדאַנק פֿאַרשיידענע סגולות וואָס ווען מע טוט זיי ווײַזט עס דעם אייבערשטן ווי שטאַרק מע וויל די זאַך וואָס מע בעט: אַ קינד, פּרנסה… אַ שידוך?

וואָס פֿאַר אַן עצה גיב איך אַנדערע? געבן צדקה פֿאַרן ליכט־בענטשן און פֿאַרן דאַווענען; זאָגן דעם צוויי און דרײַסיקסטן קאַפּיטל תּהילים; בעטן לטובֿת אַ צווייטן וואָס וויל אויך אַ שידוך; זאָגן אַלע טאָג „אַז ישיר‟ — דאָס ליד וואָס משה רבינו און בני ישׂראל האָבן געזונגען פֿאַרן גרויסן נס פֿון שפּאַלטן דעם ים; אָנצינדן אַ ליכט, און פֿערציק טעג נאָך אַנאַנד זאָגן גאַנץ שיר השירים… און נאַך אַנדערע סגולות, למשל, שיטן זאַלץ אין די שיך. אָבער אַזוי ווי די פֿרוי וואָס האָט מיך דאָס אַ מאָל געעצהט איז, נעבעך, לעצטנס געשטאָרבן (זאָל זי האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן), האָב איך זי מער נישט געקענט פֿרעגן צי מע דאַרף ניצן גראָבן כּשר זאַלץ צי דעם געוויינטלעכן טישזאַלץ.

איר קענט מיר גלייבן, אַז ווען איך האָב באַשלאָסן אויסצופּרוּוון די סגולות איז מיר אַראָפּ אַ שטיין פֿון האַרץ און, נאָך אַ טאָג צוויי — דער צעמענט פֿון די פֿיס אויך.

בקיצור, כ’האָב אָנגעהויבן תּפֿילה טאָן, אַז די פֿרײַנדינע גאָלדע, אַן אַלמנה מיט פֿינף קינדער, זאָל געהאָלפֿן ווערן, אַז זי זאָל געפֿינען אַ מאַן. כ׳האָב געגעבן אַ סך מער צדקה און געזאָגט „אַז ישיר“ און שיר השירים, כאָטש עס האָט זיך מיר געפּלאָנטערט אין קאָפּ בײַ וואָסער תּפֿילה מע דאַרף אָנצונדן דאָס ליכטל. כ׳האָב געהאָלפֿן אַן אַלטע פֿרוי גיין אַ ביסל שפּאַצירן יעדן טאָג און אַ געליימטער פֿרוי גיין אײַנקויפֿן. די לעצטע זײַנען נישט געווען סגולות פֿאַר אַ שידוך, אָבער כ׳האָב דעם אייבערשטן געוואָלט ווײַזן, אַז איך טראַכט נישט נאָר פֿון זיך אַליין.

דער חסרון איז, אַז כ׳האָב נישט געהאַט קיין צײַט צו אַרבעטן, און מײַנע קליענטן האָבן נישט אויפֿגעהערט צו קלינגען מיט בקשות פֿאַר שידוכים. די גוטע נײַעס איז, אַז איך האָב פֿאַרלוירן פֿינף פֿונט אין צען טעג ווײַל כ׳בין געווען אַזוי פֿאַרנומען מיטן דאַווענען און מיצוות טאָן, אַז כ׳האָב פֿאַרגעסן צו עסן.

אָבער וויפֿל איז דער שיעור? האָב איך געקלאָגט. וווּ איז ער שוין? ווי לאַנג קען איך אַזוי אָנגיין? אין גיכן האָט דער אייבערשטער טאַקע געהאָלפֿן און איך האָב באַקומען אַ טעקסטל פֿון אַ פֿרײַנד אין מילוואָקי וואָס קען עמעצן, וואָס זײַן חבֿרס אַ קוזין אין דענווער זוכט אַ שידוך, און ער האָט געמיינט, אַז אפֿשר וואָלט איך געווען אַ בעלן. אַ ברייטער שמייכל האָט זיך אויסגעצויגן איבער מײַן פּנים, און די אויגן זײַנען נאַס געוואָרן און זיך געווענדט צום הימל מיט דאַנקבאַרקייט. אָט איז ער, האָב איך געטראַכט. דער אייבערשטער האָט מיך נישט פֿאַרלאָזט.

נו, ווער איז דער מענטש, ווילט איר וויסן? ער איז אַ פּסיכאָטעראַפּעווט, וואָס אַרבעט מיט מלחמה־וועטעראַנען, וואָס לײַדן פֿון טראַוומע־קרענק. מײַן פֿרײַנד קען אים נישט פּערזענלעך אָבער ער האָט געפֿונען זײַן בילד אויף ”פֿייסבוק“ און ער וועט עס מיר עלעקטראָניש איבערשיקן.

איך בין זיכער געווען, אַז דאָס איז ער שוין, אַז דאָס האָט מיר דער אייבערשטער צוגעשיקט, אַ לוין פֿאַר אַלע סגולות און מיצוות וואָס איך האָב געטאָן במשך פֿון די לעצטע צען טעג.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.