הײַיאָר — איכה אויף ייִדיש

Reading Lamentations in Yiddish This Year

מירל אַדלער
מירל אַדלער

פֿון מירל אַדלער

Published August 11, 2016, issue of August 29, 2016.

דעם תּשעה־באָבֿ, וועל איך בעת דער פֿאַרזאַמלונג פֿון דער פֿרויען תּפֿילה־גרופּע אין טשערי היל, ניו־דזשערזי, פֿאָרלייענען מגילת־איכה — ירמיהו הנבֿאיס קלאָגלידער — אויף ייִדיש, ניצנדיק די צאינה־וראינה וואָס האָט אַמאָל באַלאַנגט צו מײַן מאַמען ע״ה.

כ׳האָב דעם ספֿר לעצטנס געפֿונען אויף אַ ביכער־פּאָליצע בײַ מיר אין גאַסטצימער. די צאינה־וראינה איז אַ זאַמלונג תּפֿילות וואָס מע האָט ספּעציעל צונויפֿגעשטעלט פֿאַר פֿרויען, ווײַל זיי האָבן בדרך־כּלל נישט געהאַט קיין פֿאָרמעלע בילדונג. מע האָט זיי נישט געלערנט גמרא אָדער אַנדערע אַוואַנסירטע לימודים, האָבן זיי די וויכטיקסטע דינים און מינהגים זיך געלערנט בײַ דער מאַמען.

אין די 1800ער האָט מען, סוף־כּל־סוף, אָנגעהויבן לערנען מיידלעך ווי צו לייענען און שרײַבן לשון־קודש און ייִדיש — בפֿרט נאָך דעם ווי שׂרה שענירער האָט געגרינדעט די ערשטע רעליגיעזע שול פֿאַר מיידלעך, ווי אַ מיטל צו באַקעמפֿן די אַלץ־וואַקנסדיקע השפּעה פֿון דער השׂכּלה אויפֿן טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבן־שטייגער.

מיט דער צײַט האָט די צאינה־ראינה אָנגעהויבן אויסזען אַלט־פֿרענקיש און נישט־רעלעוואַנט פֿאַר ס׳רובֿ פֿרויען, אַחוץ די סאַמע פֿרימסטע. דאָך איז פֿאַרבליבן אַ פּאָפּולערער מינהג צו שענקען יעדער כּלה אַ צאינה־ראינה. אויף דער הילע פֿון מײַן מאַמעס „צאינה וראינה‟ שטייט טאַקע געשריבן: „באַקומען אינעם טאָג פֿון מײַן חתונה, פֿון מײַן מאַן, נתן‟.

דורכן פֿאָרלייענען אַ קאַפּיטל „איכה‟ אויף אַלט־ייִדיש, פֿון מײַן מאַמעס „צאינה וראינה‟, וויל איך אָפּגעבן כּבֿוד דער טויזנט־יאָריקער שפּראַך ווי אויך די מיליאָנען פֿרומע ייִדישע פֿרויען און מיידלעך וואָס האָבן געשעפּשעט און געזונגען די תּפֿילות, און אָפֿט מאָל אויך געיאָמערט דערבײַ. אַזוי וועל איך אָפּמערקן דאָס אַלטע ייִדישע לעבן און די שיינע טראַדיציעס, וואָס זענען פֿאַרלוירן געגאַנגען אין די פֿאַרשניטענע שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע.

און מײַן מאַמע… איך געדענק נאָך אירע זיפֿצן און טרערן, יעדן תּשעה־באָבֿ, בשעת זי איז געזעסן אויף ד׳רערד אַרומגערינגלט מיט אירע זעקס טעכטער, און דערציילט די ביטערע געשיכטע פֿונעם חורבן־בית־המיקדש. זי האָט נישט געזשאַלעוועט קיין פּרטים, כאָטש מיר זענען געווען יונג און אומשולדיק. און זי האָט עס אַלץ דערציילט אויף ייִדיש, אונדזער מאַמע־לשון.

אירע ווערטער זענען געווען ווי די באַרשרײַבונג פֿון דאַנטעס „גיהנום‟: אימאַזשן פֿון קינדער וואָס שטאַרבן פֿון הונגער, און מאַמעס וואָס זענען אַזוי משוגע געוואָרן פֿאַר הונגער אַז צום סוף האָבן זיי געגעסן דאָס פֿלייש פֿון זייערע קינדער.

זי האָט דערציילט ווי דער בית־המיקדש האָט דרײַ טעג און דרײַ נעכט געברענט, בעת אין די גאַסן האָבן געפֿליסט טײַכן ייִדיש בלוט, און ווי די גרויסע מעכטיקע לײַט זענען פּלוצלינג אָפּגעשוואַכט געוואָרן. אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן דער גלות, און במילא — די אָן אַ שיעור דערנידעריקונגען און רדיפֿות אויף ייִדן. די ייִדישע איבערזעצונג פֿון איכה קלינגט טאַקע שיין, רירנדיק, פּאָעטיש און זייער טרויעריק. דאָס באַקלאָגן זיך צו גאָט, מעשׂה גלות, זעט שיִער נישט אויס חוצפּהדיק. די שטעטל־ייִדן האָבן געהאַט אַ סך צו זאָגן דעם אייבערשטן, פֿאַר האָבן דערלויבט מע זאָל גיסן אַזאַ פּעך־און־שוועבל אויף זײַן אייגן פֿאָלק.

און די פֿרויען, וואָס האָבן אַמאָל פֿאָרגעלייענט איכה צו זייערע טעכטער, האָבן גוט געוווּסט וועגן דערנידעריקונג און רדיפֿות. תּשעה־באָבֿ האָבן זיי אויך דערציילט געשיכטעס פֿון זייער אייגן לעבן; ווי זיי זענען אַנטלאָפֿן פֿון ברענענדיקע שטעטלעך און דערפֿער, ווי זיי האָבן אַליין געהונגערט; מאַמעס וואָס מע האָט אין איינעם מיט זייער גאַנצן הויזגעזינד אַרײַנגעשטופּט אין די געטאָס, אומברענג־לאַגערן און קרעמאַטאָריעס.

בשעת־מעשׂה האָב איך זיך צוגעטוליעט צו דער מאַמען און נאָכגעקוקט ווי ס׳קײַקלט זיך פּאַמעלעך בײַ איר אַ טרער איבער דער באַק.