ניו־יאָרקער פֿילאַנטראָפּ פֿרעד שוואַרץ איז ניפֿטר

NY Philanthropist Fred Schwartz Has Died

פֿרעד שוואַרץ
YouTube
פֿרעד שוואַרץ

פֿון ייִט״אַ

Published August 12, 2016, issue of August 29, 2016.

פֿרעד שוואַרץ, אַ ניו־יאָרקער פֿילאַנטראָפּ און געשעפֿטסמאַן באַקאַנט ווי „פֿרעד דע פֿאָריער‟ (פֿרעד דער פּעלץ־הענדלער) איז געשטאָרבן צו 83 יאָר.

שוואַרץ, וואָס האָט געוווינט אין גרייט נעק, ניו־יאָרק, איז ניפֿטר געוואָרן דעם 7טן אויגוסט נאָך אַ לענגערער קראַנקייט. ער איז צום מערסטן געווען באַקאַנט פֿאַר זײַנע רעקלאַמעס אויף טעלעוויזיע

אין די 1970ער און 80ער יאָרן, וווּ ער האָט זיך באַרימט, אַז מע קען בײַ אים קויפֿן די עלעגאַנטסטע פּעלצן — מינק, סויבל און פֿוקס — פֿאַר גאָר נידעריקע פּרײַזן.

ווייניק מענטשן האָבן געוווּסט, אַז שוואַרץ איז אויך געווען אַ ברייטהאַרציקער פֿילאַנטראָפּ לטובֿת ייִדישע אינסטיטוציעס. אין 1995 האָט ער געגרינדעט און פֿינאַנצירט אַ 10 מיליאָן־דאָלאַרדיקן פּראָיעקט צו רעמאָנטירן די איינציקע פֿאַרבליבענע שיל אין אָשוויענצעם, דאָס שטעטל אין דרום־פּוילן לעבן אוישוויץ. בעת דעם חנוכּת־הבית פֿון דער רעמאָנטירטער סינאַגאָגע האָט ער געזאָגט דער ייִט״אַ: „מיר ווילן רעפּרעזענטירט דאָס לעבן דאָ פֿאַרן חורבן, נישט די אַנאָנימקייט פֿון מאַסן־הריגות.‟

אין 2006 האָט שוואַרץ געגרינדעט דעם „אוישוויץ־אינסטיטוט פֿאַר שלום און אויסגלײַך‟, און געדינט ווי דער פּרעזידענט פֿון דער פֿאַרוואַלטונג ביז זײַן טויט.

אַ געבוירענער אין בראָנקס, האָט שוואַרץ זיך אָנגעשלאָסן אין זײַן ברודערס הורט־פּעלץ־פֿירמע אין 1954, און געוואָרן אַ לאחדים־הענדלער פֿון פּעלץ אין 1975. אין 1985 האָט זײַן פֿירמע, Fur Vault Inc, פֿאַרדינט 50 מיליאָן דאָלאַר ברוטאָ, מיט אַ פּראָפֿיט פֿון 3.4 מיליאָן דאָלאַר. די פּעלץ־אינדוסטריע האָט אָבער געליטן אַ ירידה בײַם סוף פֿון די 1980ער, און שוואַרץ האָט דעמיסיאָנירט ווי דער פֿאָרזיצער אין 1988.

ראָבערט סאַטלאָף, דירעקטאָר פֿונעם אידעען־צענטער „וואַשינגטאָן־אינסטיטוט פֿאַר שלום אין מיטעלן־מיזרח‟, האָט באַמערקט, אַז שוואַרץ, אַ לאַנגיאָריקער מיטגליד פֿון זײַן פֿאַרוואַלטונג, און זײַן פֿרוי איילין זענען תּמיד בײַגעווען אויף אַלע אונטערנעמונגען פֿונעם אידעען־צענטער.

„ער האָט תּמיד פֿאָרגעלייגט אַמביציעזע פּלענער, כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז דער אינסטיטוט זאָל בלײַבט פֿריש און רעלעוואַנט,‟ האָט סאַטאַלאָף געזאָגט.