חרדישע צײַטונג דרוקט בילד פֿון קלינטאָנס אָרעם

Haredi Newspaper Prints Photo of Clinton's Arm

פֿון ייִט׳׳אַ און „פֿאָרווערטס־רעדאַקציע‟

Published August 14, 2016, issue of August 29, 2016.

אַ חרדישע צײַטונג באַזירט אין מאָנסי, וואָס ווערט געדרוקט אויף ענגליש און פֿאַרווערט דאָס פֿאַרעפֿנטלעכן בילדער פֿון פֿרויען, האָט לעצטנס אָפּגעדרוקט אַ בילד, אין וועלכן מע קען זען בלויז דעם אָרעם פֿון דער דעמאָקראַטישער פּרעזידענט־קאַנדידאַטין, הילאַרי קלינטאָן. איר פּנים פֿאַרשטעלט דורך אַ שטענדער.

מע האָט סײַ געלויבט, סײַ חוזק געמאַכט פֿון „יתד נאמן‟ פֿאַרן דרוקן דאָס בילד, איינע פֿון די ערשטע וואָס ווײַזט אַ פֿרוי אין אַ חרדישער צײַטונג אין צענדליקער יאָרן. אין אַ האַלב־סאַרקאַסטישן פּאָסט האָט די פֿרומע שידוך־וועבזײַט, OnlySimchas.com, אַרויפֿגעשטעלט אַ בילד פֿון יענער זײַט אין דער צײַטונג, באַגלייט מיט דער דערקלערונג „׳יתד נאמן׳ האָט געטאָן אַ היסטאָרישע זאַך דורכן פּובליקירן אַ בילד פֿון הילערי קלינטאָן, אַ נקבֿה… נו, כּמעט פּובליקירט…‟.

אַ פֿרוי, וואָס האָט געשריבן אויף דער פֿייסבוק־זײַט פֿון JOFA, די „ייִדישע אָרטאָדאָקסישע פֿעמיניסטישע אַליאַנץ‟, האָט דערקלערט, אַז זי האָט „בכלל ניט געקענט פֿאַרשטיין‟ פֿאַר וואָס מע קען ניט ווײַזן דאָס פּנים פֿון אַ פֿרוי. „דאָס איז עקלדיק,‟ האָט זי צוגעגעבן.

די חרידישע אויסגאַבעס פֿאַרווערן אָפֿט די בילדער פֿון פֿרויען, בפֿרט פֿון זייערע פּנימער, צוליב צניעות. די רעדאַקטאָרן פֿון די פֿרומע פּובליקאַציעס, אָבער, וועלן אפֿשר בײַטן אַזאַ פּאָליטיק אויב הילאַרי קלינטאָן וועט ווערן די פּרעזידענטין. „דאַכט זיך מיר, מע וועט דאָס דאַרפֿן ווידער באַטראַכטן‟, האָט דערקלערט הרבֿ יצחק פֿראַנקפֿורטער, דער רעדאַקטאָר פֿונעם ענגליש־שפּראַכיקן סאַטמאַרער זשורנאַל „עמי‟. „ס׳וואָלט געווען אומדרך־ארצדיק צו טאָן אַנדערש‟.

דער אינצידענט איז ווײַט ניט דאָס ערשטע מאָל, וואָס אַ צענזורירט בילד פֿון הילאַרי קלינטאָן האָט אַרויסגערופֿן אַ קאָנטראָווערסיע. אין מײַ 2009 האָט די ייִדיש־שפּראַכיקע צײַטשריפֿט „די צײַטונג‟ אויסגעשניטן הילאַרי קלינטאָן פֿון אַ באַוווּסט בילד, וווּ פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ און אַ ריי אַנדערע וויכטיקע פּאָליטיקער און מיליטער־לײַט קוקן אויף אַ טראַנסמיסיע, וואָס האָט געוויזן דירעקטע בילדער פֿון דער געהיימער מיסיע צו דערהרגענען אָסאַמאַ בין לאַדען. יאָרן שפּעטער האָט מען, דורך די בליצבריוו וואָס מע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט פֿון קלינטאָנס פּריוואַטן „סערווער‟, זיך דערוווּסט אַז די דעמאָלטיקע מלוכה־סעקרעטאַרין האָט זיך טאַקע שטאַרק באַליידיקט געוואָרן צוליבן אינצידענט. קיינער ווייסט דערווײַל נאָך נישט, וואָס זי האַלט פֿונעם בילד וואָס ווײַזט בלויז איר אָרעם.