פֿון דאַנען און ווײַטער אין די תּפֿוצות

From Here and Onward in the Diaspora

דער רעדאַקטאָר חבֿר־כיבאָווסקי אויפֿן לאַנציר־אָוונט פֿונעם זשורנאַל, דעם יוני אין פּאַריז
דער רעדאַקטאָר חבֿר־כיבאָווסקי אויפֿן לאַנציר־אָוונט פֿונעם זשורנאַל, דעם יוני אין פּאַריז

פֿון עדי מהלאל

Published August 17, 2016, issue of August 29, 2016.
דער טאָוול פֿון „פֿון דאַנען און ווײַטער”
דער טאָוול פֿון „פֿון דאַנען און ווײַטער”

די געשיכטע פֿון דער אַשכּנזישער העברעיִשער קולטור (אין דעם מאָדערנעם זינען) ציט זיך, זינט די טעג פֿון משה מענדעלסאָן אין בערלין, שוין אָט איבער צוויי הונדערט און פֿופֿציק יאָר. מיטן אויפֿקום פֿון ציוניזם האָבן די ציוניסטן געהאַלטן, אַז העברעיִש קען זיך אַנטוויקלען רק אין ארץ־ישׂראל. צוליב דעם אָבער, וואָס כוואַליעס ישׂראלים ציִען זיך אין די לעצטע יאָרצענדליקער אַרויס פֿון מדינת־ישׂראל און באַזעצן זיך אין אַנדערע מקומות, איז נאַטירלעך, אַז אַ נײַע קולטורעלע פּראָדוקציע זאָל אַרויסקומען דווקא פֿון אָט די נײַע גלותדיקע ישׂראל־קהילות.

מיטן אַוועקפֿאָרן ווערן אויך די אַלט־נײַע אידעאָלאָגיעס באַנײַט און געבוירן. דאָס שפּיגלט זיך אָפּ אין דעם ערשטן נומער פֿונעם נײַעם העברעיִשן זשורנאַל „מכּאן ואילך“ (פֿון דאַנען און ווײַטער), „צײַטשריפֿט פֿאַרן תּפֿוצותדיקן העברעיִש“ אונטער דער רעדאַקציע פֿון טל חבֿר־כיבאָווסקי. זײַענדיק אינספּירירט פֿון אַזעלכע געלערנטע ווי שמעון דובנאָוו, וואָס האָט געהאַלטן, אַז „אַזוי ווי עם־ישׂראל איז אַ וועלט־פֿאָלק איז אויך העברעיִש אַ וועלט־שפּראַך” (ז’ 12); און שמעון ראַווידאָוויטש, וואָס ווערט באַהאַנדלט אין אַ באַזונדערן אַרטיקל, — פֿרעגט חבֿר־כיבאָווסקי אין זײַן הקדמה אָפּ, אַז העברעיִש באַלאַנגט נאָר צו איין געוויסער טעריטאָריע.

ווײַטער מאַכט חבֿר־כיבאָווסקי מבֿטל, מיט מאַקס ווײַנרײַכס און שלום־יעקבֿ אַבראַמאָוויטשעס הילף, די טענה, אַז העברעיִש איז געווען אַ טויטע שפּראַך; ווײַל כּל־זמן עס לעבן די גאָט־פֿאָרכטיקע ייִדן, לעבט אויך די העברעיִשע שפּראַך. און אויב זי איז קיינמאָל נישט געווען אַ טויטע, קען מען נישט זאָגן, אַז מע האָט זי שפּעטער געדאַרפֿט אויפֿלעבן. דער באַגריף „תּפֿוצותדיקער העברעיִש”, וואָס ליגט אין דעם עצם־מהות פֿון דער צײַטשריפֿט, הייסט דאָ „דער מינערדיקער, היברידישער און העטראָגענישער העברעיִש.” דער סאָרט העברעיִש, וואָס ווערט דערמעגלעכט, אַ דאַנק דער „טאָפּלקייט צווישן דעם אָרטיקן און איבער־אָרטיקן בײַזײַן פֿון דעם העברעיִש”, וואָס ווערט געשריבן דורך מחברים פֿון ניו־יאָרק, לאָס־אַנדזשעלעס, פּאַריז, וואַרשע, און בערלין. איינצײַטיק געהערט די שפּראַך אי צו דער אָרטיקער דאָמינירינדיקער נאַציאָנאַלער קולטור, אי צו דער העברעיִשער טראַנסנאַציאָנאַלער.

נישט צופֿעליק הערן זיך די דאָזיקע געדאַנקען באַקאַנט צו די ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ווי די שפּראַך פֿון אַשכּנזישע ייִדן אין אַלע זייערע תּפֿוצות. די צײַטשריפֿט קומט אַרויס אין דער ייִדישיסטישער אַכסניה פֿון „מעדעם־ביבליאָטעק”, וווּ חבֿר־כיבאָווסקי דינט ווי דירעקטאָר. ער באַטאָנט, אַז „דער העברעיִסטישער פּראָיעקט… זעט זיך ווי אַ רינג אין דער היסטאָרישער שותּפֿות־קייט צווישן העברעיִש און ייִדיש… זײַן אַרויסגעבן אין בערלין און פּאַריז זאָגט עדות צו דעם אָפּזאָג, אָדער צו דער אוממעגלעכקייט, פֿון אָט די וואָרצלען [פֿון ייִדיש און העברעיִש אין אייראָפּע] עוקר־מן־השורש צו זײַן.” (ז’ 19).

די צײַטשריפֿט באַשטייט פֿון לאַנגע אַרטיקלען און קירצערע עסייען, פּראָזע, דיכטונג, און איבערזעצונגען, געמאַכט דורך די ישׂראלים און העברעיִש־באַהאַוונטע פֿון איבער דער מערבֿ־וועלט. די טיטלען און נעמען פֿון די מחברים ווערן פֿאַרשריבן אין אַ עטלעכע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט ייִדיש.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.