„זיידע, זיידע‟ געזונגען פֿון יאָסי דעסער

Grandfather, Grandfather Sung by Yossi Desser

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 17, 2016, issue of August 29, 2016.

דער ייִדישער זינגער יאָסי דעסער איז לעצטנס געפֿאָרן קיין מיזרח־אייראָפּע מיט אַ גרופּע קרובֿים און פֿרײַנט אויף קבֿר־אָבֿות. די גרופּע, באַשטאַנען פֿון חסידישע מענער, וועמענס באָבעס און זיידעס זענען געקומען פֿון אייראָפּע קיין אַמעריקע באַלד נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט באַזוכט אַ ריי שטעט און שטעטלעך אין מיזרח־אייראָפּע, אַרײַנגערעכנט קראָקע, וואַרשע, וויזשניץ, וואַרמעזע (Buciumi), און קליין־ווערדײַן (Kisvarda), ווי אויך דעם טרויעריק־באַרימטן קאָנצענטראַציע־לאַגער אוישוויץ.

אין אַ רירנדיקן פּאָסט אויף „פֿייסבוק‟ האָט דעסער דערקלערט, אַז דער „שוידער פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט אָפּגעווישט אַלצדינג פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן, אַחוץ אַש און קבֿרים‟. צווישן די צעשטערטע בית־עולמס, פֿאַרוואַקסן מיט ווילדגראָז, האָט די גרופּע אויסגעזוכט די מצבֿות פֿון זייערע קרובֿים. דעסער דערמאָנט אין זײַן „פֿייסבוק‟־פּאָסט, אַז זײַן עלטער־זיידע יוסף, נאָך וועמען ער הייסט, איז געשטאָרבן גלײַך פֿאַר דעם, וואָס זײַנע קרובֿים זענען פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין די קאָנצענטראַציע־לאַגערן. צוליב דער דעפּאָרטאַציע האָט מען ניט געהאַט קיין צײַט אויפֿצושטעלן אַ געהעריקע מצבֿה. נאָך דער מלחמה האָט יאָסיס זיידע פּרובירט צו געפֿינען דאָס אָרט, וווּ עס ליגט זײַן פֿאָטער, אָבער ער האָט עס ניט געקענט געפֿינען.

לכּבֿוד דער רײַזע האָט יאָסיס ברודער חיים־דוד דעסער אָנגעשריבן אַ ליד מיטן נאָמען „זיידע, זיידע‟. אויבן קען מען הערן ווי יאָסי דעסער זינגט דאָס ליד. אונטן קען מען זען, ווי די גאַנצע גרופּע האָט געזונגען דאָס ליד בעת איר נסיעה.