קרית־יואל וויל ווערן אַן אומאָפּהענגיק שטעטל

Kiryas Joel Wants to Become an Independent Town

Wikimedia Commons

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 19, 2016, issue of August 29, 2016.

די אָנפֿירער פֿונעם סאַטמאַרער שטעטל קרית־יואל האָבן אַנאָנסירט, אַז זיי ווילן, אַז דאָס שטעטל זאָל ווערן אומאָפּהענגיק און הייסן, „צפֿון־מאָנראָ‟. דאָס נײַע שטעטל וואָלט אַרײַנגענומען דעם שטח פֿון „קרית־יואל‟, ווי אויך נאָך 382 אַקערס. אַזוי אַרום וואָלטן די אָנפֿירער פֿונעם שטעטל געהאַט אַ סך מער קאָנטראָל בײַם רעגירן און זיך געקענט אין גאַנצן אָפּטיילן פֿון די אַנדערע אײַנוווינער פֿון מאָנראָ, מיט וועמען זיי זענען אָפֿט צעקריגט.

כּדי צו פֿאַרשטיין דעם פּלאַן, דאַרף מען קודם פֿאַרשטיין די קאָמפּליצירטע לעגאַלע אונטערשיידן צווישן שטעט, שטעטלעך און דערפֿער אינעם שטאַט ניו־יאָרק. כאָטש קרית־יואל פֿאַרמאָגט מער ווי 20,000 אײַנוווינער, איז עס אָפֿיציעל נישט קיין שטעטל, נאָר אַ „דאָרף‟ — אַ טייל פֿונעם גרעסערן שטעטל מאָנראָ אין „אָראַנדזש־קאַונטי‟. מאָנראָ אַליין באַשטייט פֿון 7 דערפֿלעך, און דאָס גרעסטע פֿון זיי איז טאַקע קרית־יואל. צוליב דעם, וואָס די חסידים אין קרית־יואל שטימען אין איינעם, האָבן זיי אַ סך פּאָליטישע מאַכט אינעם שטעטל „מאָנראָ‟ און שטיצן די פּאָליטיקער, וואָס זייער פּאָליטיק איז אָפֿט געצילט אַקעגן די אינטערעסן פֿון די ניט־חסידישע אײַנוווינער.

טאַקע דערפֿאַר האָט גדליה סעגעדין, דער „דאָרף־אַדמיניסטראַטאָר‟ פֿון קרית־יואל, דערקלערט אין אַ קאָמוניקאַט פֿאַר דער פּרעסע, אַז „אַ סך מענטשן האָבן זיך באַקלאָגט, אַז די וויילער פֿון קרית־יואל האָבן צו פֿיל קאָנרטאָל איבער דעם, וואָס עס טוט דאָס שטעטל מאָנראָ. מיר זענען מסכּים מיט די אַלע מענטשן, וואָס האָבן במשך פֿון די יאָרן געזאָגט, אַז דער בעסטער אופֿן צו דערלייזן אָט די פּראָבלעם, וואָלט געווען צו שאַפֿן צוויי באַזונדערע שטעטלעך. מיר האַלטן שטאַרק, אַז דאָס איז אַ וויכטיקער טריט אינעם פּראָצעס פֿון היילן אָט די צוויי ציבורס‟.

כּדי צו גרינדן אַ נײַ שטעטל, דאַרף מען קודם באַקומען די אונטערשריפֿטן פֿון 650 מענטשן, וואָס וועלן וווינען אינעם שטעטל און די מיטשטימונג פֿון צוויי־דריטל פֿון די געזעץ־געבער אין „אָראַנדזש־קאַונטי‟. אויב די אָנפֿירער פֿון קרית־יואל קענען באַקומען די נייטיקע שטיצע וואָלט מען דערנאָך דורכגעפֿירט אַ רעפֿערענדום פֿאַר אַלע אײַנוווינער אין מאָנראָ. ס׳איז דערווײַל אומקלאָר, וויפֿל פֿון די געזעץ־געבער אין דער לעגיסלאַטור פֿון „אָראַנדזש־קאַונטי‟ וועלן שטיצן דעם פֿאָרשלאָג, אָדער וויפֿל שטיצע, מחוץ קרית־יואל, וואָלט באַקומען דער פּלאַן.