האָקינג: קודם־כּל אַ פֿיזיקער

Hawking, Above All – A Scientist

סטיווען האָקינג
Getty Images
סטיווען האָקינג

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published August 23, 2016, issue of August 29, 2016.

ווען מע לייענט די נײַעס וועגן דעם באַרימטן בריטישן פֿיזיקער סטיווען האָקינג, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז ער פֿאַרנעמט זיך בלויז מיט דער טעמע פֿון רעליגיע, אויסגעמישט מיט סאָציאַל־פּאָליטישע געדאַנקען, צומאָל צווייפֿלהאַפֿטיקע און פֿול מיט נעגאַטיווע געפֿילן לגבי פּשוטע מענטשן.

צום בײַשפּיל, ער האָט מיט אַ חודש צוריק געטענהט אין אַ טעלעוויזיע־שמועס, אַז צוליב שטומפּיקייט, קאַרגשאַפֿט און צופֿיל קינדער וואַרט אויף דער מענטשהייט אַ ביטערער סוף. מיט אַ חודש פֿריִער, האָט האָקינג אויסגעדריקט זײַן „עקספּערט־מיינונג‟, אַז דאָנאַלד טראָמפּ געפֿינט אַזויפֿיל שטיצער אויך צוליב דעם, וואָס אַ סך וויילער זענען טיפּשים.

מיט אַ יאָר צוריק, האָט זיך אויף דער אינטערנעץ פֿאַרשפּרייט אַ ידיעה, אַז האָקינג איז, כּלומרשט, נאָך אַ מיסטישן אינצידענט מיט זײַן ברודער געוואָרן אַ גלייביקער. די ידיעה האָט זיך לכתּחילה באַוויזן ווי אַ שפּאַסיק אויסטראַכטעניש, ווײַל האָקינג איז באַרימט ווי אַ פּרינציפּיעלער אַטעיִסט. פֿונדעסטוועגן, צירקולירט דאָס דאָזיקע אויסטראַכטעניש נאָך אַלץ אין פֿאַרשיידענע פֿאָרמען. די וואָך, האָב איך געלייענט נײַע אויסטערלישע דיסקוסיעס וועגן האָקינגס „תּשובֿה טאָן‟, אויסגעמישט מיט קאָמענטאַרן וועגן זײַן באַטייליקונג אין אַנטי־ישׂראלדיקע בויקאָטן און פֿאָרגעשטעלט אויף אַ צאָל רוסישע און פֿראַנצויזישע וועבזײַטן ווי אַ חידוש.

כּדי אָפּצוּוואַרפֿן די פּראָ־רעליגיעזע אויסטראַכטענישן, באַווײַזן זיך כּסדר פּרעסע־מאַטעריאַלן, וואָס דערמאָנען די לייענער וועגן האָקינגס אַטעיִסטישע פּאָזיציעס. למשל, דעם 10טן אויגוסט האָט די צײַטונג Daily Star, וואָס גייט אַרויס אין אָלבאַני, די הויפּטשטאָט פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק, באַגלייט אַ נײַעם אַרטיקל וועגן דעם וויסנשאַפֿטלער מיט אַ גרויסער שרײַענדיקער רויטער אויפֿשריפֿט: „נישטאָ קיין גאָט!‟

האָקינגס אַרגומענטן וועגן אמונה קלינגען זייער שוואַך. למשל, ער חזרט כּסדר איבער אויף זײַנע לעקציעס די טענה, אַז די הײַנטצײַטיקע טעאָריע פֿונעם „גרויסן אויפֿרײַס‟ דערווײַזט, כּלומרשט, אַז ס׳איז נישטאָ קיין באַשעפֿער. ער באַטאָנט, אַז ווען קיין וועלט איז נאָך נישט געווען, האָט די צײַט נישט עקזיסטירט בכלל און ממילא האָט קיינער נישט געקענט גאָרנישט באַשאַפֿן.

די קלאַסישע תּורה־מפֿרשים באַטראַכטן די דאָזיקע פֿראַגע במשך פֿון הונדערטער יאָרן און מאַכן פּונקט פֿאַרקערטע אויספֿירן. אין דער אַלגעמיינער אייראָפּעיִשער פֿילאָסאָפֿיע איז די זעלבע קשיא אויך גוט באַקאַנט. אינעם 4טן יאָרהונדערט האָט דער פֿילאָסאָף אויגוסטין, וועלכן די קריסטן האַלטן פֿאַר איינעם פֿון זייערע גרעסטע קדושים, שוין באַמערקט, אַז דער באַשעפֿער נייטיקט זיך נישט אין אונדזערע קאַטעגאָריעס פֿון זמן־ומקום, דערפֿאַר האָט ער באַשאַפֿן דעם עצם־ענין פֿון צײַט־גאַנג.

אין דער מאָדערנער פֿאַנטאַסטיק ווערט פֿאַקטיש דער זעלבער מאָמענט אָפֿט באַטראַכט אויף וויסנשאַפֿטלעכע אופֿנים. דער באַקאַנטער פּוילישער שרײַבער־פֿאַנטאַסט סטאַניסלאַוו לעם — אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, געבוירן אין לעמבערג — האָט אין זײַן ראָמאַן „קיבעריאַדע‟ אויסגעטראַכט אַ מעשׂה, וווּ ראָבאָטן קאָנסטרויִרן ווירטועלע וועלטן מיט אייגענע אינערלעכע קאָנצעפּציעס פֿון צײַט און רוים. אַן אַנדער באַרימטער פֿאַנטאַסט, אײַזיק (יצחק) אַזימאָוו, האָט צוגעטראַכט אַן ענלעכן סוזשעט מיט אַ סופּערקאָמפּיוטער, וועלכער האָט נאָך אַן אייביקן פּראָצעס זיך דערטראַכט, ווי אַזוי צו שאַפֿן אַ נײַע וועלט, ווי אַ מין פֿאַנטאַסטישער קאָמענטאַר אויפֿן פּסוק „יהי אור‟ אין פּרשת־בראשית.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.