13 אופֿנים ווי אַזוי צו באַטראַכטן שלום־עליכם

Thirteen Ways of Looking at Sholem Aleichem

ד׳׳ר דזשערעמי דאַובער
ד׳׳ר דזשערעמי דאַובער

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 23, 2016, issue of August 29, 2016.

יעדעס יאָר פֿאַרבעט דער „ייִוואָ‟, צוזאַמען מיט דער „פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון נעמי פּראַווער־קאַדאַר‟ אַ מומחה פֿון דער ייִדישער קולטור אויפֿצוטרעטן בײַם „צענטער פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע‟ מיט אַ רעפֿעראַט. אויפֿן הײַיאָריקן אָוונט וועט ד׳׳ר דזשערעמי דאַובער, דער „אַטראַן־פּראָפֿעסאָר‟ פֿון ייִדיש אין „קאָלומביע־אוניווערסיטעט‟, האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן זײַנע איבערלעבונגען ווי דער ערשטער געלערנטער אָנצושרײַבן אַ פֿולשטענדיקע ביאָגראַפֿיע פֿון שלום־עליכמס לעבן.

אין זײַן רעפֿעראַט וועט ד׳׳ר דאַובער באַשרײַבן דאָס לעבן פֿונעם ייִדישן קלאַסיקער, זײַנע ליטעראַרישע ווערק און די השפּעה וואָס זיי האָבן געהאַט אויף דער ייִדישער וועלט במשך פֿונעם יאָרהונדערט נאָך זײַן טויט. דער נאָמען פֿונעם רעפֿעראַט „13 אופֿנים ווי אַזוי צו באַטראַכטן שלום־עליכם‟ שטאַמט, אַ פּנים, פֿונעם פֿאַקט, וואָס שלום ראַבינאָוויטש האָט שטאַרק מורא געהאַט פֿאַרן צאָל 13 אויף אַזוי ווײַט, אַז אַלע פֿון זײַנע מאַנוסקריפּטן האָבן ניט קיין זײַטל 13, נאָר אַ זײַטל „א12‟ און דערנאָך אַ זײַטל 14.

דער רעפֿעראַט וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 8טן סעפּטעמבער, 7 אַזייגער אין אָוונט בײַם „צענטער פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע‟ אין מאַנהעטן. מיט אַ שעה פֿריִער וועט זײַן אַ כּיבוד.

די „נעמי־פֿונדאַציע‟, געגרינדעט דורך דער משפּחה פֿון דער פֿאַרשטאָרבענער ייִדיש־פּעדאַגאָגין נעמי פּראַווער־קאַדאַר, איז אין די לעצטע פֿינף יאָר געוואָרן איינע פֿון די סאַמע־ברייטהאַרציקסטע און נאָוואַטאָרישע מעצענאַטן פֿון דער ייִדישער קולטור בכלל און פֿון אַקאַדעמישע שטודיעס געווידמעט ייִדיש בפֿרט. אַחוצן יערלעכן רעפֿעראַט שטיצט די „נעמי־פֿונדאַציע‟ אונטער דעם זשורנאַל „אויפֿן שוועל‟, די פּראָגראַמען אויף דער „ייִדיש־פֿאַרם‟, דעם „לערער־סעמינאַר‟ אויף דער ייִדיש־וואָך, די זומער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך און קולטור בײַם „תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט‟ אויף נעמיס נאָמען, און אַ גאַסט־קאַטעדרע פֿאַר אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אויף נעמיס נאָמען בײַם „העברעיִשן אוניווערסיטעט‟.



Would you like to receive updates about new stories?
























We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.