מע וועט איבערזעצן די גמרא אויף רוסיש

Talmud to be Translated into Russian

Courtesy of Knizhniki Publishing House

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 24, 2016, issue of August 29, 2016.

אין פֿאַרגלײַך מיטן חומש, וואָס מע קען באַקומען אויף כּמעט יעדער שפּראַך, בלײַבט די גמרא אומצוטריטלעך פֿאַר ס׳רובֿ מענטשן אויף דער וועלט. אַחוץ אַרמיש, די אָריגינעלע שפּראַך פֿון ס׳רובֿ פֿון דער גמרא, קען מען הײַנט לייענען דעם פֿולן טעקסט אויף אַ מאָדערנעם העברעיִש, אַראַביש, ענגליש, דײַטש, איטאַליעניש און נאָך אַ פּאָר שפּראַכן. ריזיקע טיילן פֿון דער גמרא קען מען באַקומען אויף אַ ריי אַנדערע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט ייִדיש, אָבער קיין פֿולשטענדיקע איבערזעצונגען זענען אויף זיי נאָך ניטאָ.

ס׳איז ניט שווער צו פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס די גמרא לאָזט זיך ניט גרינג איבערזעצן. אַ ריזיקער טעקסט פֿון איבער 6,200 זײַטן פֿונאַנדערגעטיילט אין 63 מאמרים, דרוקט מען די גמרא אין אַן אוניקאַלן פֿאָרמאַט, וואָס לאָזט זיך ניט גרינג אויסשטעלן אין אַן אַנדער אַלפֿאַבעט. דערצו איז די לאָגיק פֿון דער גמרא אַליין עפּעס וואָס איז שווער איבערצוזעצן, שוין אָפּגערעדט פֿון די הונדערטער ספּעציאַליזירטע טערמינען וואָס באַשרײַבן פֿאַרצײַטישע ענינים.

ניט געקוקט אויף די אַלע שוועריקייטן בײַם איבערזעצן די גמרא, האָט מען אין די לעצטע 10 יאָר אַרויסגעגעבן נײַע נוסחאָות פֿון איר אויף ענגליש, העברעיִש און איטאַליעניש. אַזעלכע איבערזעצונג־פּראָיעקטן האָבן, אַ פּנים, אינספּירירט אַנדערע. דער רוסיש־שפּראַכיקער ייִדישער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ האָט לעצטנס אַנאָנסירט, אַז ער וועט במשך פֿון די קומענדיקע 10 ביז 12 יאָר אַרויסגעבן דעם גאַנצן תּלמוד אויף רוסיש. מע האָפֿט, אַז מע וועט אַרויסלאָזן 4 בענד יעדעס יאָר. די ערשטע דרײַ בענד אין דער סעריע קען מען שוין באַקומען.

דער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ גיט אַרויס ניט בלויז ספֿרים אין דער רוסישער איבערזעצונג, נאָר אויך אַלע מינים ייִדישע ביכער. אַחוץ ביכער וועגן דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע, קינדער־ביכער, סידורים גיט דער פֿאַרלאַג אַרויס צענדליקער ביכער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור אין דער רוסישער איבערזעצונג. צווישן זיי געפֿינט מען די ווערק פֿון אַזעלכע מחברים ווי חיים גראַדע, ישׂראל יהושע־זינגער, שלום־עליכם, זלמן שנאיר, לייב קוויטקאָ, דוד בערגעלסאָן, אַבֿרהם סוצקעווער, ישׂראל ראַבאָן, שלום אַש און דער ניסתּר.

נאָך אינפֿאָרמאַציע: //knizhniki.ru/en/catalog/id=11/subid=561 .