אַ ווײַנערײַ־דיפּלאָם פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט

Hebrew U Introduces Degree in Winemaking

דער ישׂראלדיקער ווײַנמאַכער אסף מרגלית גיסט אָן צעשמעטערטע ווײַנטרויבן אין זײַן ווײַנערײַ אין חדרה, ישׂראל, נאָך דעם וואָס זיי האָבן פֿערמענטירט במשך פֿון צוויי וואָכן
Getty Images
דער ישׂראלדיקער ווײַנמאַכער אסף מרגלית גיסט אָן צעשמעטערטע ווײַנטרויבן אין זײַן ווײַנערײַ אין חדרה, ישׂראל, נאָך דעם וואָס זיי האָבן פֿערמענטירט במשך פֿון צוויי וואָכן

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 24, 2016, issue of August 29, 2016.

אָנהייבנדיק פֿון סעפּטעמבער 2016 וועט דער העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים אײַנפֿירן אַ דיפּלאָם פֿון ווײַנערײַ, האָט לעצטנס איבערגעגעבן די ישׂראלדיקע צײַטונג „ישׂראל היום‟.

די פּראָגראַם — די ערשטע אַזאַ אין מדינת־ישׂראל — וועט אַרײַננעמען קלאַסן אין דער וויסנשאַפֿט פֿון מאַכן ווײַן, און דעם געשעפֿט־אַספּעקטן אין שײַכות מיט ווײַנערײַ. אַ טייל קלאַסן וועלן געפֿירט ווערן אין אייראָפּע.

במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 18 יאָר איז די צאָל ווײַנערײַען אין ישׂראל שטאַרק געשטיגן: פֿון זיבן ביז כּמעט 300. די הויכע קוואַליטעט פֿון די פּראָדוקטן האָבן שוין צוגעצויגן דעם אינטערעס פֿון ווײַנקענער איבער דער וועלט.

„ווײַל מאַכט מען שוין טויזנטער יאָרן אין הייליקן לאַנד, אָבער זינט די 1980ער יאָרן האָבן די ישׂראלדיקע ווײַן־פּראָדוצירער געבאָרגט טעכניקן פֿון פֿראַנקרײַך און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און דערפֿאַר ווערן די ווײַנען אין דעם ראַיאָן אַלץ בעסער און בעסער, און אַ טייל פֿון זיי זענען אויסערגעוויינטלעך,‟ האָט געשריבן דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער ווײַן־עקספּערט ראָבערט פּאַרקער.

אין 2010 האָט די „כּרמל‟־ווײַנערײַ געוווּנען די אַלוועלטלעכע „דעקאַנטער‟ ווײַן־פּרעמיע פֿאַר אַ מין טײַערן רויטן ווײַן, וואָס די פֿירמע פּראָדוצירט.



Would you like to receive updates about new stories?
























We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.