פּרשת עקבֿ, תּשע״ו

Weekly Torah Portion: Eikev, 5776

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published August 25, 2016, issue of August 29, 2016.

משה רבינו וואָרנט ייִדן בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער סדרה, אַז אויב זיי וועלן זיך צוהערן און מקיים זײַן די מיצוות, וועט דער באַשעפֿער אָפּהיטן זײַן ברית מיט זייערע אָבֿות. ווײַטער ציילט די תּורה איבער די ברכות, וואָס קומען פֿאַרן מקיים זײַן די מיצוות: קינדער, פּרנסה, געזונט און הצלחה.

דאָס אומגעוויינטלעכע וואָרט „עקבֿ‟ מיינט בוכשטעבלעך אַ פּיאַטע און איז מרמז אויף אַ גאַנצער ריי ענינים. ס׳איז עטימאָלאָגיש פֿאַרבונדן מיט יעקבֿ אָבֿינו, וועלכער האָט אָנגעכאַפּט זײַן צווילינג־ברודער בײַ דער פּיאַטע בעת זײַן געבורט, און דערפֿאַר האָט ער באַקומען אַזאַ נאָמען. אַן אַנדער פֿאַרשפּרייטער חסידישער אָפּטײַטש האָט צו טאָן מיט אונדזער תּקופֿה, וואָס ווערט אָנגערופֿן עקבֿתא־דמשיחא — „משיחס פּיאַטע‟. הגם מיר בלײַבן נאָך אַלץ אין גלות, שפּירן זיך שוין די טריט פֿון דער קומענדיקער גאולה.

די פֿאָריקע צוויי פּרשיות הייבן זיך אָן מיט הויכע רוחניותדיקע ענינים פֿון עבֿודת־השם. משה רבינו האָט דערגרייכט אַזאַ דערהויבענע מדרגה, אַז אַלע זאַכן אין דער וועלט, אַפֿילו צווייפֿלהאַפֿטיקע, האָבן פֿאַר אים אויסגעזען ווי אַ געטלעכע אַנטפּלעקונג. ווען משה האָט געדאַוונט און געדרשנט די תּורה, האָט די הייליקע שכינה גערעדט דורך זײַן מויל.

די חסידישע צדיקים קריטיקירן די הײַנטיקע תּקופֿה פֿאַרן שטעלן אַן אומגעזונטן טראָפּ אויף מאַטעריעלע זאַכן. די אַמאָליקע תּלמידי־חכמים האָבן אָפֿט געלעבט בדוחק און זיך באַנוגנט מיט ברויט און וואַסער. הײַנט ווערן אַפֿילו מיצוות כּסדר אויסגענוצט ווי אַ תּירוץ צו פֿאַרנעמען זיך מיט עסקים. ס׳איז דאָך אַ מיצווה מפֿרנס זײַן די משפּחה, טענהן בעל־הבתּישע געשעפֿטס־לײַט. דערצו, אויב מע ווערט אן עושר, קאָן מען געבן מער צדקה.

די עכטע חסידישע צדיקים באַציִען זיך צו אַזאַ צוגאַנג נעגאַטיוו אָדער, צום ווייניקסטן, מיט אַ גרויסן חשד. הגם די תּורה פֿאָדערט נישט זיך אָפּצוזאָגן פֿון גשמיותדיקע פֿאַרגעניגנס, בלײַבט גשמיות בלויז אַ שאָלעכץ לגבי רוחניות. אויב אַזוי, פֿאַרוואָס זשע פֿאָקוסירט זיך די הײַנטיקע פּרשה דווקא אויף גשמיותדיקע ברכות? אויב די תּורה איז מרמז אויף דער הײַנטיקער תּקופֿה פֿון עקבֿתא־דמשיחא, דאַרף זי קריטיקירן די צווייפֿלהאַפֿטיקע מגושמדיקע נטיות און דערמאָנען אונדז, אַז די גרעסטע ברכות פֿאַרן מקיים זײַן די מיצוות איז די רוחניותדיקע אַנטפּלעקונג.

על־פּי־קבלה, זענען אַלע מענטשן אין דער וועלט געפֿאַלענע פֿראַגמענטן פֿון אָדם־הראשונס צעבראָכענער נשמה. בײַ די פֿאַרגרעבטע נשמות, וואָס שטאַמען, סימבאָליש גערעדט, פֿון אָדמס פּיאַטעס, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז זיי נייטיקן זיך, קודם־כּל, אין דער גשמיותדיקער שפֿע. אויב מע טראַכט אָבער אַרײַן, זענען די ברכות אין דער הײַנטיקער סדרה לאַוו־דווקא גשמיותדיקע. ווי מיר האָבן עס שוין באַהאַנדלט אין דער פֿאָריקער פּרשה, איז גשמיות גופֿא בעצם געטלעך.

על־פּי־חסידות, גייען אָן אין דער הײַנטיקער וועלט, אויפֿן וועג צו משיחס צײַטן, צוויי היפּוכדיקע פּראָצעסן. פֿון איין זײַט, ווערן מיר צוליב דער אָנגייענדיקער ירידת־הדורות אַלץ מער פֿאַרגרעבט. די העלדישע מסירת־נפֿש און דאָס אַסקעטישע לעבן פֿון אַמאָליקע צדיקים קלינגט צומאָל שרעקעדיק פֿאַרן מאָדערנעם מענטש. צומאָל גיט דער אייבערשטער דווקא גשמיותדיקע ברכות, ווײַל אָן זיי וואָלט געווען צו שווער פֿאַר געוויסע מענטשן צו היטן די מיצוות אָן איבעריקע דאגות.

פֿון דער צווייטער זײַט, האָט זיך דווקא אין די לעצטע פּאָר הונדערט יאָר אַנטפּלעקט די תּורת־החסידות, וואָס דינט, ווי משיח אַליין האָט געזאָגט דעם בעל־שם־טובֿ בעת אַ מיסטישער וויזיע, ווי אַ „קאַטאַליזאַטאָר‟ פֿון די גאולה־פּראָצעסן. אַ גרויסע ראָלע שפּילן אין חסידות די פּראַקטישע עצות, וואָס דערמעגלעכן צו אַנטדעקן געטלעכקייט אינעם טאָג־טעגלעכן אַרום.

לויט באַקאַנטן ווערטל, קאָן אַ קאַרליק זען ווײַטער, אויב ער שטייט אויף די פּלייצעס פֿון אַ ריז. דער ליובאַוויטשער רבי זצ״ל האָט זיך באַנוצט מיטן דאָזיקן משל און באַמערקט, אַז הגם אין אַ געוויסן זין איז דער הײַנטיקער דור שוואַך און מגושמדיק, האַלטן מיר אין אונדזערע הענט די ירושה פֿון די פֿריִערדיקע תּקופֿות. מיר האָבן אויך דעם צוטריט צו אַ סך מער אינפֿאָרמאַציע, אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע תּקופֿות. אַמאָל האָבן די רבנים געמוזט אויספֿאָרן די גאַנצע וועלט, כּדי צו געפֿינען אַ געוויסן זעלטענעם טעקסט. הײַנט ווערן אַפֿילו די זעלטנסטע כּתבֿ־ידן כּסדר אויסגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ; כּדי מיט זיי זיך צו באַקענען, דאַרף מען בלויז אַ זוך טאָן אינעם קאָמפּיוטער.

אין אַ געוויסן אַספּעקט, זענען מיר הײַנט מסוגל משׂיג צו זײַן טיפֿערע תּורה־סודות, ווי אַמאָל. אין די פֿאַרגאַנגענע תּקופֿות האָבן בלויז געציילטע יחידים געמעגט לערנען קבלה, ווײַל אין יענער גײַסטיק־סענסיטיווער און גאָר ערנסטער צײַט האָבן רוחניותדיקע ענינים געקאָנט שאַטן די נשמה ווי אַ פּלעפֿנדיקער בליץ. הײַנט מעגן מיר לערנען די סודות־התּורה וויפֿל מע וויל; נאָכן פֿאַרטיפֿן זיך אויף אַ פּאָר שעה אין חסידישע ספֿרים הייבן מיר אָן דערשפּירן בלויז אַ ביסל דעם טעם פֿון התגלות־השכינה. הגם דער הײַנטיקער דור איז ווייניקער סענסיטיוו צו רוחניות, האָט אונדזער שׂכל ברייטערע כּלים, וואָס דערמעגלעכן צו פֿאַרדייען כּלערליי אינפֿאָרמאַציע, אַרײַנגערעכנט פּלעפֿנדיקע קבלה־פּאַראַדאָקסן. צום באַדויערן, בלײַבן אַ סך מענטשן צוליב דער דערמאָנטער נטיה צו גשמיות פֿאַראינטערעסירט בלויז אין די פּשוטסטע תּורה־אַספּעקטן. דער אינטעלעקטועלער פּאָטענציאַל פֿון אונדזער תּקופֿה איז אָבער גאָר אַ גרויסער.

דער ראָפּשיצער רבי אין זײַן ספֿר „זרע קודש‟ דערקלערט, אַז דווקא די הײַנטיקע תּקופֿה פֿון עקבֿתא־דמשיחא איז מסוגל צו אַנטפּלעקן די פֿינקלעך פֿון געטלעכקייט, וואָס באַהאַלטן זיך אין „עשׂוס פּיאַטע‟. ווי ס׳איז באַקאַנט, ווערט יעקבֿס ברודער אַסאָציִיִרט אין דער ייִדישער טראַדיציע מיט דער מערבֿדיקע ציוויליזאַציע. אַפֿילו פֿון אירע גרעבסטע עלעמענטן קאָנען מיר אָפּלערנען וויכטיקע לימודים אין עבֿודת־השם, דווקא צוליב אונדזער אייגענעם „פּיאַטע‟־מצבֿ. זײַענדיק פֿאַרטאָן אין גשמיות, זענען מיר פֿאָרט מסוגל צו געפֿינען דאָרטן די פּערל פֿון רוחניות.

יעקבֿ האָט זיך באַנוצט מיט אַ גשמיותדיקן קונץ, וואָס אויפֿן ערשטן בליק זעט עס אויס פֿאַרפֿירעריש, כּדי אָפּצוקויפֿן זײַן בכורה בײַם ברודער. ער האָט עס אָבער געטאָן לשם־שמים. אויף אַן ענלעכן אופֿן, קאָנען מיר אין דער הײַנטיקער תּקופֿה אויסנוצן די גשמיותדיקע שפֿע, כּדי משׂיג צו זײַן טיפֿע רוחניותדיקע ענינים און געפֿינען נײַע האָריזאָנטן פֿון תּורה־חידושים.

למשל, עס גייט שוין לאַנג אָן דער ביטערער קאַמף קעגן דער אינטערנעץ אין דער הײַנטיקער חרדישער וועלט. די קענגער טענהן, אַז די מאָדערנע קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס עפֿענען צו ברייט די טירן צו אַלערליי פֿרעמדע השפּעות; „עשׂוס פּיאַטע‟ זעט נישט אַלעמאָל אויס ציכטיק. פֿון דער צווייטער זײַט, איז די אינטערנעץ געוואָרן אַן אומאויסשעפּלעכער אוצר פֿון נוצלעכער אינפֿאָרמאַציע, אַרײַנגערעכנט זעלטענע ספֿרים און חידושי־תּורה. צוליב די קאָמפּיוטערס, קאָנען מיר בעסער פֿאַרשטיין, אַז די גשמיותדיקע דערגרייכונגען קאָנען פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ קוואַל פֿון דערהויבענע רוחניותדיקע השׂגות – כּל־זמן מע באַנוצט זיך מיט זיי טאַקע לשם־שמים.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.