אַן אַנדער סאָרט ציוניזם

A Different Kind of Zionism

ד”ר גלי (גאַלי) דרוקער בר־עם, בעת דער „שלום־עליכם קאָנפֿערענץ‟, מײַ 2016, אין ירושלים
ד”ר גלי (גאַלי) דרוקער בר־עם, בעת דער „שלום־עליכם קאָנפֿערענץ‟, מײַ 2016, אין ירושלים

פֿון בני מער

Published August 25, 2016, issue of August 29, 2016.

ד״ר גלי (גאַלי) דרוקער בר־עם געפֿינט זיך צווישן צוויי תּקופֿות: פון איין זײַט — די אַלטע דורות, איר באָבע און די שארית־הפּליטה אין ישׂראל, וואָס זי האָט געפֿאָרשט און געשריבן וועגן זיי איר דאָקטער־אַרבעט; און פֿון דער צווייטער זײַט — אירע יונגע סטודענטן, די ישׂראלדיקע היפּסטערס וואָס האָבן געפֿונען חן אין ייִדיש.

דרוקער בר־עם איז אַ מס דיסערטאַציע, „איך בין דײַן שטויב: די רעפּרעזענטאַציע פֿון ישׂראל אין דער ייִדישער פּראָזע אין ישראל 1968-1948‟, וועט אין גיכן אַרויסגעלאָזט ווערן דורכן „יד בן צבֿי‟ פֿאַרלאַג.

דרוקער בר־עם איז נישט בלויז זייער לערערין אינעם ליטעראַטור־אָפּטייל פֿון תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט (ווײַל ייִדיש איז נישט נאָר אַן אָפּטייל, נאָר אַ באַזונדערער וועג אין לעבן); זי איז אויך אַ באַליבטע וועגווײַזערין און אַ געטרײַער בעל־יועץ.

דרוקער בר־עם, אַ נאָכדאָקטאָראַט־חבֿר אינעם „גאָלדרײַך־אינסטיטוט”, איז די צווייטע אין דער סעריע, הײַנטיקע ייִדישיסטן אין ישׂראל, וואָס איך שמועס מיט זיי.


בדרך־כּלל, זאָגט מען אַז די שארית־הפּליטה האָט נישט גערעדט וועגן דעם חורבן, און בכלל ניט קיין סך גערעדט. אין דײַן אַרבעט שרײַבסטו אַז פֿאַרקערט: די לעבן־געבליבענע האָבן דווקא יאָ גערעדט וועגן דעם חורבן, אָבער אויף ייִדיש, און דער ישׂראלדיקער עולם האָט זיי פּשוט נישט פֿאַרשטאַנען.

די לעבנס געבליבענע זײַנען נישט געוואָרן שטום. זיי האָבן פּשוט גערעדט צווישן זיך, און נישט מיט די סאַברעס און די ותיקים, ווײַל זיי האָבן געהאַט אַ געפֿיל, אַז סײַ ווי סײַ וועט מען נישט פֿאַרשטיין וואָס זיי האָבן דורכגעמאַכט. האָבן זיי גערעדט און געשריבן פֿאַר זיך אַליין, אין די צײַטונגען וואָס זיי האָבן אַליין געגרינדעט, איבערהויפּט „די לעצטע נײַעס‟. זיי האָבן דאָך שוין געשריבן אין אייראָפּע, אין די „די־פּי‟־לאַגערן, למשל, און דעמאָלט שוין גערעדט וועגן דעם חורבן. איך האָב געפֿונען זייערע שאַפֿונגען אין די צײַטונגען, אפֿילו צווישן די אַנאָנסן, אין זייערע זכרונות, בריוו און כּלערליי היסטאָרישע מאַטעריאַלן, און בפֿרט אין די ליטעראַרישע פּובליקאַציעס: עסייען, דערציילונגען און ראָמאַנען.

אפֿשר האָבן זיי אויך נישט געוואָלט אַז פֿרעמדע זאָלן זיי פֿאַרשטיין?

קודם־כּל, דאַרף מען זאָגן אַז די לעבן־געבליבענע האָבן ממש געביטן די סיטואַציע דאָ אין ישׂראל. איידער זיי זײַנען אָנגעקומען אין לאַנד, האָבן דאָ געוווינט 650 טויזנט ייִדן, און אָט זענען אָנגעקומען נאָך אַ האַלבער מיליאָן. די רעגירונג האָט מורא געהאַט אַז זיי וועלן אין גאַנצן ענדערן דעם קאַראַקטער פֿון לאַנד, און בכלל האָט דעמאָלט געהערשט, אין ישׂראל ווי אין אַמעריקע, די טעאָריע פֿונעם שמעלצטאָפּ. האָבן זיי, די לעבן־געבליבענע, נישט געהאַט קיין ריכטיקע תּנאים צו אַנטוויקלען זייערע שאַפֿונגען. זיי זײַנען געווען, ווי די היסטאָריקערין ד״ר חגית לאַווסקי האָט געשריבן, „ספּאָנטאַנע ציוניסטן‟ — דאָס הייסט, אַפילו די וואָס האָבן נישט געהאַלט פֿון ציוניזם האָבן פֿאַרשטאַנען אַז אָן קיין נאַציאָנאַלער אידענטיטעט קען מען נישט אָנגיין. דאָס וואָס זיי האָבן ממשיך געווען צו שרײַבן אויף ייִדיש הייסט נישט, אַז זיי זײַנען געווען אַנטי־ציוניסטן. אַדרבה. פֿאַר ס׳רובֿ פֿון זיי, איז ייִדיש געווען אַ מיטל פֿון זייערע ציוניסטישער אידענטיטעט. ייִדיש איז נישט געווען קעגן ישׂראל, נאָר אַן אופֿן אָנטיילצונעמען אין דער ישׂראלדיקער קולטור.