קירובֿ־פּיאָנערין אסתּר יונגרײַס, איז ניפֿטר

Orthodox Outreach Pioneer, Esther Jungreis, Has Died

אסתּר יונגרײַס אין 2016
Hineni.org
אסתּר יונגרײַס אין 2016

פֿון ייִט״אַ

Published August 25, 2016, issue of August 29, 2016.

אסתּר יונגרײַס, די גרינדערין פֿון דער אָרגאַניזאַציע „הנני‟ און איינער פֿון די ערשטע פֿירער פֿון דער באַוועגונג מקרבֿ צו זײַן ייִדן אָנצונעמען אַ פֿרימערן לעבן־שטייגער, איז דינסטיק ניפֿטר געוואָרן צו 80 יאָר.

אַ מעלדונג פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם אָקטאָבער אויף דער וועבזײַט Only Simchas, האָט איבערגעגעבן, אַז יונגרײַס געפֿינט זיך אין „אַן ערנסטן מצבֿ‟ און באַקעמפֿט אַ שווערע אינפֿעקציע, אָבער האָט נישט געגעבן מער קיין פּרטים.

די רביצין יונגרײַס, ווי מע פֿלעג זי אָנרופֿן, האָט געגרינדעט „הנני‟ אין 1973, כּדי צו דערנענטערן ייִדן צו אָרטאָקסישער ייִדישקייט דורך קלאַסן וועגן תּורה־ווערטן; אָרגאַניזירן סינגלס־אַקטיוויטעטן, און דורך שאַפֿן געלעגנהייטן וווּ ייִדן קענען פּראַווען שבת און יום־טובֿ אין איינעם. זי האָט אָפּגעהאַלטן רעדעס אין אַ צאָל שטעט איבער אַמעריקע, אַרײַנגערעכנט אַן אָוונט אין „מאַדיסאָן־סקווער גאַרדען‟ אין 1973.

זי האָט אויך געשריבן אַליינהילף־ביכלעך און אָפּגעהאַלטן דרשות אויף פֿאַרשידענע טעמעס ווי, למשל, עצות פֿאַר מאַן־און־ווײַב; ווי אַזוי צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען מיט נאָענטע משפּחה און פֿרײַנד, און ווי בײַצוקומען די טאָג־טעגלעכע שוועריקייטן פֿונעם לעבן.

פֿרוי יונגרײַס איז געבוירן געוואָרן אין סעגעדין, אונגערן אין 1936, וווּ איר טאַטע איז געווען דער הויפּט־רבֿ. קינדווײַז האָט זי דורכגעמאַכט דעם קאָנצענטראַציע־לאַגער בערגען־בעלזען, און אין 1947 האָט זי מיט איר משפּחה זיך באַזעצט אין ברוקלין, וווּ זי האָט חתונה געהאַט מיט אַ ווײַטן שוועסטערקינד, הרבֿ משולם לוי יונגרײַס. זי און איר מאַן האָבן געגרינדעט די שיל „אור תּורה‟ אין צפֿון־וווּדמיר, לאָנג־אײַלאַנד אין 1964. איר מאַן איז געשטאָרבן אין 1996.

ווי אַ לעבן געבליבענע פֿון חורבן האָט זי אָפֿט גערעדט וועגן דעם קאַמף קעגן אַסימילאַציע און געמישטע חתונות. „צו זײַן אַ ייִד איז דער גרעסטער זכות,‟ האָט זי דערקלערט בעת אַ רעדע אין יאָהאַנעסבורג, דרום־אַפֿריקע אין 1999. „און נישט צו וויסן וועגן אָט דער ירושה איז דער גרעסטער אומגליק — ממש אַ גײַסטיקער גענאָציד.‟

אין 2008 איז פֿרוי יונגרײַס געווען אַ טייל פֿון אַ דעלעגאַציע פֿון אַמעריקאַנער ייִדישע כּלל־טוער, וואָס האָבן באַגלייט פּרעזידענט דזשאָרדזש דאָבליו בוש אויף אַ וויזיט קיין ישׂראל לכּבֿוד דעם 60סטן יאָר פֿון דער מדינה. צווישן די אַנדערע דעלעגאַטן: אלי וויזל, ראָנאַלד לאַודער, הענרי קיסינדזשער און שעלדאָן איידלסאָן.

פֿרוי יונגרײַס האָט פֿאַראָבֿלט פֿיר קינדער: ישׂראל און אָשר, ביידע רבנים; חיהשׂרה גערצולין און סלאָווי וואָלף, ווי אויך אַ גרויסע צאָל אייניקלעך און אור־אייניקלעך.

זעט ווי אסתּר יונגרײַס דרשנט ווי אַזוי צו באַקעמפֿן דעם אייגענעם כּעס:



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.