רוסישע ייִדן פֿאַרגעדענקען אלי וויזל

Russian Jews Remember Elie Wiesel

אַ צאָל פּראָמינענטע פֿיגורן זענען בײַגעווען אויף דער עפֿענונג פֿון דער אויסשטעלונג אינעם „ישׂראלדיקן קולטור־צענטער‟. (פֿון רעכטס): דער רוסישער הויפּט־רבֿ — אַבֿרהם שײַעוויטש; די ישׂראלדיקע אַבסאָרביר־מיניסטאָרין, סופֿה לאַנדווער; דער גרינדער פֿון Limmud FSU — חיים טשעסלער; פּראָפֿ׳ איליאַ אַלטמאַן, אַ פֿאָרשטייער פֿון דער תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און דער קוראַטאָר פֿון דער אויסשטעלונג — ד״ר יואל ראַפּעל
Courtesy of Limmud FSU

פֿון ייִט״אַ

Published August 25, 2016, issue of August 29, 2016.

מיטוואָך האָט אַ ייִדישע אָרגאַניזאַציע געפֿײַערט די עפֿענונג פֿון אַן אויסשטעלונג אין מאָסקווע וועגן דעם לעבן פֿונעם נאָבעל־לאָרעאַט, אלי וויזל.

די אויסשטעלונג, „אלי וויזל, פֿון סיגעט ביז מאָסקווע, דורך פֿראַנקרײַך און ישׂראל‟, איז לאַנצירט געוואָרן דורך Limmud FSU („לימוד‟ פונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד) — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿירט אָן מיט ייִדישע לערן־קאָנפֿערענצן אין איבער אַ טוץ לענדער, וווּ עס געפֿינען זיך אַ הויכע צאָל רוסיש־רעדנדיקע ייִדן.

אַ צאָל פּראָמינענטע פֿיגורן, אַרײַנגערעכנט די צוויי הויפּט־רבנים פֿון לאַנד, בערל לאַזאַר און אַבֿרהם שײַעוויטש, זענען בײַגעווען אויף דער עפֿענונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם „ישׂראלדיקן קולטור־צענטער‟. די אויסשטעלונג באַשטייט פֿון צענדליקער פֿאָטאָגראַפֿיעס אַראָפּגענומען במשך פֿון וויזלס לעבן.

אלי וויזל איז ניפֿטר געוואָרן אין יולי אין ניו־יאָרק, אין עלטער פֿון 87 יאָר.

זײַן בוך „די שווײַגנדיקע ייִדן‟, אַרויסגעלאָזט אין 1966, איז געווען אַ פּאָרטרעט פֿון די ייִדן וואָס וווינען אונטער רעפּרעסיע הינטערן אײַזערנעם פֿירהאַנג, און האָט געדינט ווי אַ קאַטאַליסט פֿאַר דער באַוועגונג צו באַפֿרײַען די ייִדן פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

אין דער אויסשטעלונג געפֿינט זיך אַ בילד פֿון 2009, וווּ וויזל, האַלטנדיק אַ ווײַסע רויז, באַגלייט פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ און די דײַטשע קאַנצלערין אַנזשעלאַ מערקעל, בעת אַ וויזיט אינעם געוועזענעם קאָנצענטראַציע־לאַגער בוכענוואַלד.

איינע פֿון די פֿאָטאָגראַפֿיעס אין דער פֿאָרשטעלונג: דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, די דײַטשע קאַנצלערין אַנזשעלאַ מערקעל און אלי וויזל, בעת אַ וויזיט אין בוכענוואַלד, דעם 5טן יוני 2009
Getty Images

Would you like to receive updates about new stories?

We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.