אַן אינטערװיו מיט אַ ייִדיש װוּנדערקינד

An Interview with a Yiddish Wunderkind

די טעכטער נױבערג (פֿון רעכטס): קרײנדל, טרײַנע און שפּרינצע
די טעכטער נױבערג (פֿון רעכטס): קרײנדל, טרײַנע און שפּרינצע

פֿון איציק בלימאַן

Published August 26, 2016, issue of August 29, 2016.

פֿאַרן הײַנטיקן ייִדיש־רעדער איז נישטאָ קײן בעסערע װאַקאַציע װי די זומערדיקע „ייִדיש־װאָך“ — די פּאָפּולערסטע פּראָגראַם פֿון דער ייִדישיסטישער אָרגאַניזאַציע „יוגנטרוף“. דעם זומער איז די ייִדיש־װאָך פֿאָרגעקומען אין קאָפּײק, ניו־יאָרק אין די בערקשיר־בערג — אַ מקום־מנוחה פֿאַר יונג און אַלט, װוּ שטאָטלײַט קענען זיך גוט אָפּרוען אױף דער פֿרישער לופֿט. מחיה־נפֿשות!

פֿון מײַנעט װעגן איז אָבער די גרעסטע פֿרײד צו רעדן מיט מײַנע באַקאַנטע װאָס װױנען מעבֿר־לים, און דערפֿאַר זעען מיר זיך זײער זעלטן. אױף אַ פֿריִערדיקער ייִדיש־װאָך האָב איך זיך באַקענט מיט דעם לינגװיסט פֿון טרירער אוניװערסיטעט אין דײַטשלאַנד, פּראָפֿעסאָר שמעון נױבערג און זײַן פֿרױ חנה־געלע. אױף דער הײַיאָריקער ייִדיש־װאָך האָב איך זיך אױך באַקענט מיט זײערע דרײַ געראָטענע טעכטערלעך: טרײַנע (12 יאָר אַלט), קרײנדל (10 יאָר) און שפּרינצע (8 יאָר). אַזױ װי דאָס קינד פֿון אַבֿרהם רײזענס ליד „אַ קינד אַ גאָלדענע“, זענען די נױבערג־מײדלעך פֿירשפּראַכיק: מיטן טאַטן רעדן זײ נאָר אױף ייִדיש; מיט דער מאַמען — נאָר אױף פֿראַנצײזיש; אין שול — ס’רובֿ אױף דײַטש און נישט װינציק אױף ענגליש. רעדן אױף פֿאַרשײדענע שפּראַכן איז נישט זײער אײנציקער טאַלאַנט: די מײדלעך קענען שײן זינגען (מע קען זײ הערן אױף דעם קאָמפּאַקטל „פֿאַר דעם נײַעם דור! ייִדישע קינדערלידער“) און מאַכן אַקראָבאַטיק.

מוצאי־שבת, דעם 20סטן אױגוסט, האָב איך גענומען אַן אינטערװיו בײַ דער עלטסטער טאָכטער, טרײַנע, כּדי צו הערן װעגן איר לעבן אין דײַטשלאַנד און איר פּערזענלעכער באַציִונג צו דער ייִדישער שפּראַך. דער װײַטערדיקער טעקסט איז אַן אױסצוג פֿון דעם אינטערװיו.

(איר טאַטע האָט אָפּגעהאַלטן אַ רעדע אין פּאַריז װעגן זײַן פּראַקטיק מיט זאַמלען און באַאַרבעטן ייִדישע קינדער־ביכלעך, װאָס מע קען געפֿינען אױפֿן װעבזײַטל „אַקאַדעם“.)


איציק: אין װאָס פֿאַר אַ שול גײסטו?

טרײַנע: איך גײ אין אַן אינטערנאַציאָנאַלער גימנאַזיע. אין דײַטשלאַנד איז אַ גימנאַזיע פֿון פֿינפֿטן לערניאָר ביז צום דרײַצעטן לערניאָר. מײַן שולע איז אַ רעלאַטיװ ספּעציעלע שולע װײַל זײ האָבן אַ צװײשפּראַכיקן צװײַג (װוּ איך בין) און דאָס מײנט אַז מע לערנט געאָגראַפֿיע און געשיכטע אױף ענגליש. מײַן שולע האָט אױך זײער אַ סך אינטערנאַציאָנאַלע פּראָיעקטן, ספּעציעל מיט אינדיע, װײַל זײ האָבן אױפֿגעבױט אַ סך שולעס פֿאַר קינדער דאָרטן.

ס’איז טאַקע אַ שײנע שולע, און מיר האָבן אַ סך פֿאַרשײדענע שפּראַכן װאָס מיר קענען זיך לערנען. װי אַ דריטע שפּראַך קענען מיר זיך לערנען איטאַליעניש, שפּאַניש, רוסיש… װי אַ ברירה־לימוד קען מען זיך אױך לערנען כינעזיש, יאַפּאַניש; איך מײן אַז מע האָט זיך אַ מאָל אַפֿילו געקענט לערנען עבֿריתּ. יאָ, ס’איז זײער אַן אינטערנאַציאָנאַלע שולע. אין מײַן קלאַס, װוּ מיר זענען 29 שילערס, האָבן מיר פֿערצן נאַציאָנאַליטעטן. מיר האָבן אַ סך פֿאַרשײדענע שפּראַכן און קולטורן אין דער שולע.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.