ווידעאָ: ריטשמאָנד־שאַזיר משפּחה־קאַפּעליע

Video: The Richmond-Shazeer Family Band

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 26, 2016, issue of August 29, 2016.

אויף דער „ייִדיש־וואָך‟, וואָס איז לעצטנס פֿאָרגעקומען אין קאָפּייק, ניו־יאָרק, דעם 16טן ביזן 22סטן אויגוסט, האָט מען געקענט זען ווי עס וואַקסט אונטער, קיין עין־הרע, אַ נײַער דור ייִדיש־רעדנדיקע קינדער און, כאָטש אין איין משפּחה, אַ נײַער דור קלעזמאָרים.

בעת דער טאַלענטאַרניע, די יערלעכע פּראָגראַם בײַם סוף פֿון דער „ייִדיש־וואָך‟ אין וועלכן די באַטייליקטע שטעלן פֿאָר זייערע טאַלאַנטן, איז אויפֿגעטראָטן דער חזן און פֿידלער קען ריטשמאָנד און זײַן פֿרוי, די ראַבינערין און אַקאָרדעאָן־שפּילערין שירה שאַזיר מיט זייערע עלטערע זין זלמן (וואָס איז 9 יאָר אַלט) און וועלוול (וואָס איז זעקס יאָר אַלט) ווי אַ משפּחה־קאַפּעליע. אין זייער חנעוודיקן אויפֿטריט האָט זלמן געשפּילט פֿידל צוזאַמען מיט זײַן פֿאָטער און וועלוול האָט געהאַלטן דעם ריטעם פֿון דער גרופּע אויף זײַן פּלאַסטיש־פּורפּעלן טרומייט, וואָס ער האָט געשפּילט אויף אַ געניטן אופֿן, ניט געקוקט אויף זײַנע קליינע אָרעמס.

די ייִנגלעך האָבן אויך פֿאָרגעשטעלט דאָס ליד „האָפּקעלע‟, זינגענדיק און טאַנצנדיק אַ שווערן טאַנץ־רוטין, וואָס נעמט אַרײַן אַ קאַזאַצקע. כאָטש עס וועט נאָך דויערן אַ ביסל צײַט ביז זיי וועלן קענען זינגען אַזוי שיין ווי זייער פֿאָטער, זענען זיי שוין קיין עין־הרע ביידע חנעוודיקע טענצער. אַלע אין עולם האָבן, פֿאַרשטייט זיך, הנאה געהאַט פֿון זייער אויפֿטריט, בפֿרט זלמנס טאַנצן (זעט נאָכן ערשטן מינוט) און דעם סוף פֿונעם ליד, ווען וועלוול האָט געהאַלטן דעם לעצטן נאָט אויף גאָר אַ לאַנגער צײַט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.