ס׳רובֿ פּאַריזער ייִדן האָבן פֿאַרלאָזט די עפֿנטלעכע שולן

Most Parisian Jews Have Left the Public Schools

תּלמידים און באַוואָפֿנטע סאָלדאַטן, פֿאַר אַ ייִדישער טאָגשול אינעם אַלטן ייִדישן קוואַרטאַל אין פּאַריז, „לע מאַריי‟, דעם 13טן יאַנואַר 2015
Getty Images
תּלמידים און באַוואָפֿנטע סאָלדאַטן, פֿאַר אַ ייִדישער טאָגשול אינעם אַלטן ייִדישן קוואַרטאַל אין פּאַריז, „לע מאַריי‟, דעם 13טן יאַנואַר 2015

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published August 28, 2016, issue of August 29, 2016.

פּאַריז. — סטעפֿאַן תּייר, אַ 43־יאָריקער קאָמפּיוטער־ספּעציאַליסט, וואָס פֿאָרט אומעטום אויף זײַן מאָטאָציקל, האָט זייער גוטע זכרונות פֿון זײַנע יאָרן אין אַן עפֿנטלעכער מיטלשול אין פּאַריז.

„דאָרט האָבן מיר זיך געלערנט ווי אויסצוקומען מיט כּלערליי מענטשן — מוסולמענער, קריסטן, אָרעמע, רײַכע. מע האָט געפֿירט וויכּוחים, שטודירט, זיך געשלאָגן אַמאָל… אַ פֿולזײַטיקע בילדונג,‟ האָט ער געזאָגט.

אָבער ווען די צײַט איז געקומען, אַז ער און זײַן פֿרוי זאָלן פֿאַרשרײַבן זייערע צוויי קינדער אין שול, האָבן זיי דווקא אויסגעקליבן אַ פּריוואַטע ייִדישע טאָגשול. „הײַנט איז נישט רעאַליסטיש צו שיקן די קינדער אין אַן עפֿנטלעכער שול. די אַנטיסעמיטישע אַטאַקן וואָלטן טראַוומאַטיזירט אַ ייִדיש קינד אויפֿן גאַנצן לעבן.‟

מיט 30 יאָר צוריק האָבן ס׳רובֿ פֿראַנצייזישע ייִדן געשיקט די קינדער אין די עפֿנטלעכע שולן, אָבער זינט דעמאָלט האָבן צענדליקער טויזנטער ייִדישע קינדער אין פֿראַנקרײַך און בעלגיע זיי פֿאַרלאָזט. בלויז אַ דריטל זענען נאָך פֿאַרבליבן אין די עפֿנטלעכע שולן; די אַנדערע צוויי־דריטל לערנען זיך אין פּריוואַטע ייִדישע, קאַטוילישע אָדער פּראָטעסטאַנטישע טאָגשולן, גיט איבער פֿראַנציס קאַליפֿאַט, דער נײַ־דערוויילטער פּרעזידענט פֿון „קריף‟, די דאַך־אָרגאַניזאַציע פֿון די פֿראַנצייזיש־ייִדישע קהילות.

„אינעם פּאַריזער ראַיאָן זעט מען כּמעט אין גאַנצן מער נישט קיין ייִדישע קינדער אין די עפֿנטלעכע שולן,‟ האָט קליפֿאַט געזאָגט; צום גרעסטן טייל צוליב דער „שלעכטער אַטמאָספֿער פֿון באַליידיקונדען און אַטאַקן‟ אויף ייִדן, ווי אויך צוליב דער פֿאַרגרעסערונג פֿון דער ייִדישער שול־סיסטעם.

הגם ס׳רובֿ פֿון די אַנטיסעמיטישע אינצידענטן באַשטייען פֿון רייצן זיך און באַליידיקונגען, און ווערן בכלל נישט איבערגעגעבן די אינסטאַנצן, זענען אַ טייל פֿון זיי אַ סך מער שרעקעוודיק, אַרײַננעמענדיק טויט־דראָונגען און באַוואָפֿנטע אַטאַקן. אין 2013, למשל, האָבן עטלעכע תּלמידים זיך איזדיעקעוועט איבער אַ ייִדיש ייִנגל, בשעת ער איז אַרויסגעגאַנגען פֿון שול אין מערבֿ־פּאַריז. איינער האָט אים גערופֿן אַ „שמוציקער ייִד‟ און געסטראַשעט אים צו שטעכן מיט אַ מעסער. אַ פֿאַרבײַגייער איז צוגעלאָפֿן און געראַטעוועט דאָס קינד.

פֿאַרן יאָר 2000 האָט דער בילדונג־מיניסטעריום באַקומען באַריכטן פֿון בלויז עטלעכע טוץ אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אַ יאָר אין די שולן אין פֿראַנקרײַך. זינט דעמאָלט באַקומען זיי אָבער הונדערטער באַריכטן אַ יאָר. אַ סך אַטאַקן — איבערהויפּט די בלוטיקע — פֿירן דורך מענטשן מיט אַ מוסולמענישן הינטערגרונדט, וועלכער ווילן „אָפּצאָלן‟ די ייִדן פֿאַר ישׂראלדיקע אַקציעס — אַ פֿענאָמען באַקאַנט ווי „דער נײַער אַנטיסעמיטיזם‟.

אין 2012 האָט אַ דזשיהאַדיסט דערהרגעט דרײַ קינדער און אַ רבֿ אין אַ ייִדישער טאָגשול אין טולוז, שרײַענדיק אַז דאָס איז אַ רעאַקציע אויף די ישׂראלדיקע אַקציעס אין עזה. זינט דעמאָלט ווערן די ייִדישע אינסטיטוציעס איבער אייראָפּע, און בפֿרט די פֿראַנצייזישע ייִדישע שולן, באַשיצט דורך באַוואָפֿנטע שומרים — ס׳רובֿ פֿון זיי מיט אויטאָמאַטישע ביקסן אין דער האַנט.

אין בעלגיע האָט די „בעלגישע ליגע קעגן אַנטיסעמיטיזם‟ דאָקומענטירט אַ צאָל אינצידענטן, וואָס האָבן דערפֿירט צו אַ „ייִדן־ריינער‟ עפֿנטלעכער שול־סיסטעם. אַ טייל מענטשן באַשולדיקן די בעלגישע שולן אין נישט גענוג שטאַרק באַשטראָפֿן תּלמידים, וואָס באַגייען אַנטיסעמיטישע אַקציעס. אַ 12־יאָריק ייִדיש קינד אין אַן עפֿנטלעכער שול לעבן בריסל איז, למשל, אַטאַקירט געוואָרן פֿון אַ גרופּע ייִנגלעך וואָס האָבן אים באַשפּריצט מיט פּושקעס דעאָדאָראַנט, לאַכנדיק, אַז דאָס איז „אַ גאַזקאַמער‟. מע האָט די ייִנגלעך נישט באַשטראָפֿט דערפֿאַר.

אין אַפּריל האָט אַ ייִדישע מאַמע איבערגעגעבן, אַז אַן עפֿנטלעכע שול אין אַ פֿאַרמעגלעכן ראַיאָן אין בריסל, אוקלע, האָט בכּיוון איגנאָרירט די סיסטעמאַטישע אַנטי־סעמיטישע אַטאַקן אויף איר זון, שמואל, ווײַל די אַדמיניסטראַציע האָט נישט געוואָלט, אַז מע זאָל דערפֿון אויסגעפֿינען. לכתּחילה האָט זי געהאַט פֿאַרשריבן איר זון אין אַ נישט־ייִדישער שול ווײַל זי האָט געהאַלטן אַז די ייִדישע שולן זענען „צו שמאָל־קעפּיק‟, אָבער צוליב די אַטאַקן, שיקט זי אים איצט אין אַ ייִדישער טאָגשול.

„דער פֿאַקט, אַז עלטערן ווי איך קענען נישט שיקן די קינדער אין אַן עפֿנטלעכער שול איז זייער טרויעריק,‟ האָט תּייר באַמערקט. „די איינציקע מעלה דאָ איז, אַז כאָטש דער אַנטיסעמיטיזם האָט אונדז געצוווּנגען אָנצונעמען אַ שווערן פֿינאַנציעלן עול, וועט בײַ אונדז במילא אויפֿוואַקסן אַ דור, וואָס איז אַ סך בעסער באַקאַנט מיט דער ייִדישער קולטור ווי מיר זענען אַליין.‟



Would you like to receive updates about new stories?
























We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.