דער „פֿאָרווערטס‟ וויל פֿון אײַך הערן!

The Forverts Would Like to Hear From You!


פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published August 31, 2016, issue of August 29, 2016.

דאָס הײַנטיקע יאָר, 5776, קומט שוין באַלד צו אַ סוף, און דערפֿאַר איז דאָס טאַקע אַ גוטע געלעגנהייט אַרויסצוהייבן די ממשותדיקע בײַטן וואָס מיר האָבן אײַנגעפֿירט במשך פֿונעם יאָר — בפֿרט אויף דער וועבזײַט.

ערשטנס, זענען צוגעקומען עטלעכע נײַע בלאָגס: די חודשלעכע ווידעאָ־סעריע, „ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא‟ מיטן חסידישן פּאָפּ־שטערן ליפּא שמעלצער; „דורך ריקיס אויגן‟ — עסייען און ווידעאָס פֿון דער 23־יאָריקער סאַטמער־דערצויגענער ריקי רויז, און „פֿרעגט בײַ ד״ר בערגער‟ — אַ רובריק פֿון מעדיצינישע שאלות און תּשובֿות אָנגעפֿירט פֿון ד״ר שלום בערגער.

דערצו האָבן מיר עטלעכע נײַע שרײַבערס: דער „האָרץ‟־זשורנאַליסט בני מער, וואָס פֿירט איצט דורך פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟ אַ ריי אינטערוויוען מיט די הײַנטיקע ייִדישיסטן אין מדינת־ישׂראל, און ד״ר חנה־פֿייגל טערטלטויב, וועלכע שרײַבט מיט פּאַטאָס און הומאָר וועגן אירע איבערלעבונגען ווי אַ פֿרומע אַלמנה בײַם פּרוּוון געפֿינען אַ מאַן דורך דער אינטערנעץ.

ס׳האָט זיך אויך ממשותדיק געביטן די טעמאַטיק פֿון אונדזערע טאָג־טעגלעכע נײַעס־באַריכטן. דורך אַ פֿאַראַיאָריקער אַנקעטע האָבן אַ צאָל פֿון אונדזערע וועבזײַט־אָנקוקער איבערגעגעבן, אַז זיי זענען נישט אַזוי פֿאַראינטערעסירט צו לייענען וועגן יענע טעמעס, וואָס ווערן שוין געדעקט אין די ענגליש־שפּראַכיקע נײַעס־קוואַלן, און ווילן גיכער לייענען ידיעות וועגן דער ייִדיש־וועלט, וואָס מע געפֿינט נישט בײַ יענע צײַטשריפֿטן: װעגן ייִדישע שרײַבערס, מוזיק, טעאַטער, פֿילמען און ליטעראַטור; וועגן קאָנפֿערענצן און קאָנצערטן אין שײַכות מיט ייִדיש אָדער דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער געשיכטע, און נײַעס וועגן די הײַנטיקע ייִדיש־רעדערס — אַרײַנגערעכנט, אַװדאי, די חסידישע עדות. בײַם הײַנטיקן טאָג ווערן ס׳רובֿ פֿון אונדזערע טעגלעכע באַריכטן טאַקע אָפּגעגעבן די טעמעס.

מיר אין דער רעדאַקציע ווילן, אַז איר, די באַניצערס פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־וועבזײַט, און די לייענערס פֿונעם געדרוקטן נומער, זאָלן זיך טאַקע ווײַטער פֿאַרבינדן מיט אונדז, ווײַל מיר האַלטן, אַז נאָר אין איינעם קענען מיר אַלץ מער פֿאַרבעסערן די צײַטשריפֿט.

אויב איר ווייסט, למשל, אַז עס וועט אין אײַער שטאָט פֿאָרקומען אַ פֿעסטיוואַל, קאָנצערט צי אויסשטעלונג אין שײַכות מיט דער ייִדישער קולטור, שיקט אַ בליצבריוו מיט די פּרטים וועגן דעם, אָדער אויף ייִדיש אָדער אויף ענגליש, צו: editor@yiddish.forward.com. 

אויב איר האָט לעצטנס פֿילמירט אַ געראָטענעם ווידעאָ וואָס ווײַזט אָן, ווי אײַערע קינדער רעדן צו אײַך (אָדער צווישן זיך) אויף ייִדיש, אָדער זינגען דײַטלעך אַ ייִדיש ליד — אַפֿילו אויב ס׳איז בלויז אַ האַלבע מינוט לאַנג, — שיקט אַרײַן. אַזוינע מאָמענטן פֿונעם ייִדיש־רעדנדיקן לעבן זענען אונדז אַלעמען טײַער, צי מיר האָבן אַליין קינדער, צי נישט.

געוויסע מענטשן זענען הײַנט אַזוי געניט מיט אַ פֿאָטאָ־אַפּאַראַט אויף זייערע סמאַרטפֿאָנס, אַז זיי נעמען אָפֿט אַראָפּ קורצע ווידעאָס פֿון טשיקאַווע געשעענישן. אויב איר זענט צווישן יענע מבֿינים, און האָט פֿילמירט אַן אינטערעסאַנטע געשעעניש, באַגלייט מיט אַ ייִדישער נאַראַציע — ווי, למשל, אַ הירש וואָס איז צוגעקומען צו אײַער וועראַנדע, אָדער גאָר אַ טאָרנאַדאָ (ווירבל־שטורעם) וואָס האָט זיך דורכגעריסן דורך אײַער געגנט, שיקט עס אונדז אַרײַן מיט אַ טעקסט, מיט אַ דערקלערונג וואָס דאָ קומט פֿאָר.  

(איך אַליין בין, אַגבֿ, אַ מאָל געווען אַן עדות אויף אַ טאָרנאַדאָ פּונקט לעבן מײַן הויז, אָבער צום באַדויערן, נישט געהאַט בײַ דער האַנט קיין ווידעאָ־רעקאָרדירער! ערשט מיט אַ האַלבער שעה שפּעטער, ווען איך האָב דערהערט אויף דער ראַדיאָ, אַז אַ טאָרנאַדאָ האָט „געלאַנדעט‟ אין מײַן געגנט, ריווערדייל, ניו־יאָרק, בין איך אַרויס אין דרויסן און דערזען ווי די ביימער, אַרויסגעריסענע פֿון דער ערד צעקוועטשן אויטאָס און דעכער!)

פֿאַרשטייט זיך, קענען מיר נישט ניצן אַלע ווידעאָס אָבער מיר מוטיקן אײַך סײַ־ווי אַרײַנצושיקן אײַער „פֿילמעכל‟, ווײַל אַפֿילו אויב מיר ניצן עס נישט אויס, וועט עס אונדז כאָטש ווײַזן וואָס אונדזערע לייענערס האָבן ליב צו פֿילמירן — און דאָס אַליין איז אויך וויכטיק.



Would you like to receive updates about new stories?
























We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.