אויסשטאַטונג געגנבֿעט פֿונעם רומענישן ייִדישן טעאַטער

Equipment Stolen from the State Jewish Theater of Romania

Wikimedia Commons

פֿון ייִט״אַ

Published August 31, 2016, issue of August 29, 2016.

נאָך דעם וואָס מע האָט צוגעגנבֿעט אַ גרויסן טייל פֿון דער אויסשטאַטונג פֿון אַ סקלאַד אין בוקאַרעשט, האָט מאַיאַ מאָרגנשטערן, די דירעקטאָרשע פֿונעם ייִדישן מלוכה־טעאַטער אין רומעניע געזאָגט דער פּרעסע, אַז דער טעאַטער וועט אפֿשר ניט קענען אָנהייבן זײַן סעזאָן.

מאַיאַ מאָרגנשטערן האָט דערקלערט דער נײַעס־אַגענטור „אַגרעפּרעס‟, אַז מע האָט צוגעגנבֿעט טײַערע ליכט און דעקאָראַציעס. מע רעכנט אַז די אויסשטאַטונגען האָבן געהאַט אַ ווערט פֿון 12,000$. מאָרגנשטערן האָט זיך באַלד געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט אַנדערע טעאַטערס, כּדי צו בעטן בײַ זיי הילף אָבער ס׳איז דערווײַל ניט קלאָר, אויב מע וועט קענען עפֿענען דעם סעזאָן צו דער צײַט.

„מיר וועלן זען ווי אַזוי מיר קענען ווײַטער אָנגיין און ווי אַזוי מיר קענען פֿונקציאָנירן אונטער די דאָזיקע באַדינגונגען. איך וועל געפֿינען אופֿנים, ווי אַזוי מיר קענען ווײַטער אָנגיין מיט אונדזער אַרבעט,‟ האָט זי דערקלערט „אַגרעפּרעס.‟

דער טעאַטער, וואָס געפֿינט זיך זינט די 1930ער יאָרן אין זײַן איצטיקן לאָקאַל אינעם האַרץ פֿון בוקאַרעשט, איז געווען אַ וויכטיקע טייל פֿונעם אויפֿבלי פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין רומעניע פֿאַרן חורבן.

אין 2014 האָט מען געדאַרפֿט פֿאַרשליסן דעם טעאַטער־בנין אויף עטלעכע חדשים נאָך דעם וואָס דער דאַך איז אײַנגעפֿאַלן צוליב אַ זאַווערוכע. די רומענישע רעגירונג האָט דעמאָלט געגעבן געלט צו פֿאַרריכטן דעם טעאַטער.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.