אימפּאָנירנדיקער פֿילם וועגן נאַצי־יעגער פֿריץ באַוער

Striking Film on Nazi Hunter Fritz Bauer

אַ סצענע פֿונעם פֿילם „דער שטאַט קעגן פֿריץ באַוער‟
אַ סצענע פֿונעם פֿילם „דער שטאַט קעגן פֿריץ באַוער‟

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published September 01, 2016, issue of September 30, 2016.

אין דײַטשלאַנד איז פֿריץ באַוער אַ גוט באַקאַנטע פֿיגור; ממש אַ העלד, וואָס האָט געקעמפֿט אין די 1950ער יאָרן ווי דער מלוכה־פּראָקוראָר אין פֿראַנקפֿורט־אַם־מײַן צו ברענגען די נאַצי־פֿאַרברעכער צום משפּט. דער „פֿריץ באַוער אינסטיטוט‟ אין פֿראַנקפֿורט איז אַ וויכטיקער צענטער צו פֿאָרשן די געשיכטע און דעם רושם פֿונעם חורבן. אין אַמעריקע איז באַוער, אָבער, אין גאַנצן אומבאַקאַנט. דער נײַער פֿאַרכאַפּנדיקער דײַטשער פֿילם „דער שטאַט קעגן פֿריץ באַוער‟ [The People vs. Fritz Bauer] וועט העלפֿן פֿאַרשפּרייטן זײַן שם דאָ אין לאַנד און איבער דער וועלט.

„דער שטאַט קעגן פֿריץ באַוער‟ איז אַרויס אין דײַטשלאַנד מיט אַ יאָר צוריק, אָבער ערשט איצט פּראַוועט מען די פּרעמיערע אין ניו־יאָרק. דער רעזשיסאָר לאַרס קראַומע איז אויפֿגעוואַקסן אין פֿראַנקפֿורט, וווּ כּמעט דער גאַנצער פֿילם קומט פֿאָר. לויט די האָליוווּד־סטאַנדאַרטן וואָלט מען דעם פֿילם געהאַלטן ווי אַ „קליינער בודזשעט־פֿילם‟, אָבער צו דערציילן אַזאַ מעשׂה דאַרף מען נישט קיין וויזועלע קונצן, און נישט קיין נײַ אויפֿגעבויטע גאַסן. דער גאַנצער סיפּור־המעשׂה קומט פֿאָר אין באַוערס היים, אין זײַן ביוראָ אָדער אין די ביואָרען פֿון אַנדערע, און אַמאָל אין די גאַסן פֿון דער שטאָט.

פֿאַר אַ טייל עולם וועט דער גרעסטער חידוש פֿונעם פֿילם זײַן די השפּעה פֿון די אַמאָליקע נאַציס אין דײַטשלאַנד נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. אויף יעדן ניוואָ פֿון דער רעגירונג — אינעם שטאָטעישן, אינעם שטאַטישן (פֿראַנקפֿורט געפֿינט זיך אינעם שטאַט העסען), אַפֿילו אין דעם פּראָקוראָר־ביוראָ, וואָס זײַן עובֿדה איז געווען צו געפֿינען די נאַצי־פֿאַרברעכער. דער פֿילם ברענגט אויך אַרויס די פּאָליטישע אינטריגעס צווישן אַמעריקע, ישׂראל און דײַטשלאַנד אין יענע יאָרן וואָס האָט אויך געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף די באַשלוסן וואָס שייך דעם כאַפּן אײַכמאַנען און וווּ אים צו משפּטן.

פֿריץ באַוער איז געבוירן געוואָרן אין 1903 אין שטוטגאַרט בײַ אַ ייִדישער משפּחה, און זיך געלערנט אויף יוריספּרודענץ. ער איז געוואָרן אַן אַקטיווער אַנטי־נאַצי קעמפֿער אין די 1920ער און 1930ער יאָרן. ווען די נאַציס זענען געקומען צו דער מאַכט האָט מען באַוערן אײַנגעזעצט אין אַ לאַגער, און נאָך צוויי יאָר האָט מען אים באַפֿרײַט. אין 1935 איז ער אַרויסגעפֿאָרן קיין דענמאַרק, און דערנאָך קיין שוועדן. אין 1949 האָט ער באַשלאָסן צוריקצוקומען קיין דײַטשלאַנד, וווּ ער האָט פֿאַרנומען די פּאָזיציע פֿון הויפּט־פּראָקוראָר אין העסען. די שטעלע האָט ער געהאַלטן ביז זײַן טויט אין 1968. מסתּמא איז זײַן גרעסטער אויפֿטו געווען די אַזוי־גערופֿענע „פֿראַנקפֿורט־אוישוויץ פּראָצעסן‟, וועלכע האָבן דערמעגלעכט דאָס משפּטן אַ גרויסע צאָל נאַציס.

וועגן זײַן וויכטיקער ראָלע בײַם פֿאַרכאַפּן אַדאָלף אײַכמאַנען אין אַרגענטינע אין 1960 האָט זיך דערוווּסט די וועלט ערשט נאָך באַוערס טויט. ווען זײַנע שׂונאים אין דער רעגירונג וואָלטן דעמאָלט אויסגעפֿונען, אַז ער איז געפֿאָרן קיין ישׂראל זיך צו פֿאַרבינדן מיטן „מוסד‟, און זיי איבערגעבן וויכטיקע אינפֿאָרמאַציע, וואָלט מען אים געקענט משפּטן ווי אַ פֿאַררעטער. אָבער באַוער האָט געפֿילט, אַז קיין אַנדער ברירה האָט ער נישט געהאַט: די לעגאַלע, יורידישע מעגלעכקייטן אַליין צו פֿאָרן קיין אַרגענטינע און כאַפּן דעם מערדער האָבן נישט עקזיסטירט.

דער פֿילם איז אין גאַנצן אויף דײַטש, אַחוץ איין טשיקאַווער סצענע, וואָס קומט פֿאָר אין ירושלים, ווען באַוער באַקענט זיך מיטן שעף פֿונעם „מוסד‟ — איסר הראל, וואָס זײַן געבוירן־נאָמען איז געווען איסר האַלפּערין, אַ געבוירענער אין וויטעבסק. הראל רעדט בלויז אויף ייִדיש מיט באַוערן, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס באַוער באַקלאָגט זיך בײַם סאַמע אָנהייב, אַז ער פֿאַרשטייט נישט קיין ייִדיש. צום סוף פֿונעם שמועס, שטעלט זיך אַרויס, אַז הראל קען געשמאַק רעדן אויף דײַטש, אָבער ער וויל נישט.

די ראָלע פֿון פֿריץ באַוער שפּילט בורגהאַרט קלאַוזנער. באַוער האָט שטענדיק גערייכערט, אָפֿט גערעדט אָן טאַקט צו זײַנע מיטאַרבעטער און קלאַוזנער האָט זייער גוט אויפֿגעכאַפּט זײַן נערוועזקייט און אומצופֿרידנקייט מיטן לעבן. דער פֿילם הייבט זיך אָן ווי באַוער וויל זיך נעמען דאָס לעבן. דערצו איז באַוער געווען אַ „פֿריילעכער‟; זײַן ווײַב האָט געוווינט אין דענמאַרק, האָט ער וועגן דעם אויך זיך געדאַרפֿט זאָרגן.

אין באַוערס ביוראָ האָט געאַרבעט אַ פּראָקוראָר, וועלכער איז געוואָרן באַוערס אַ נאָענטער מיטאַרבעטער, אַ בטוח. ער איז אויך געווען „פֿריילעך‟ און, אַזוי ווי ער איז געווען נאָענט צו באַוערן, האָבן די שׂונאים געהאַלטן אַן אויג אויף אים און מע האָט אים געכאַפּט אין אַן אומלעגאַלער באַציִונג. די פֿילמאָגראַפֿן האָבן דערפֿילט, זעט אויס, אַז דער דאָזיקער צווייטער סיפּור־המעשׂה איז נייטיק צו ווײַזן, כּדי מע זאָל פֿאַרשטיין די סכּנה צו יענער צײַט.

די שפּאַנונג אין „דער שטאַט קעגן פֿריץ באַוער‟ באַשטייט אינעם געיעג נאָך אײַכמאַנען, און מע קען שוין דעם סוף פֿון דער געשיכטע. אָבער דער סוף פֿון דער מעשׂה אין באַוערס אויגן איז געווען אַנדערש, ווײַל ער האָט שטאַרק געוואָלט משפּטן אײַכמאַנען אין דײַטשלאַנד, כּדי דאָס דײַטשע פֿאָלק זאָל באַנעמען, פֿון דער נאָענט, די טראַגעדיע פֿונעם חורבן. דאָס איז אים נישט געלונגען צוליב דער פֿריִער דערמאָנטער פּאָליטישער רעאַליטעט צווישן ישׂראל, דײַטשלאַנד און אַמעריקע. כאָטש באַוער איז נישט געווען צופֿרידן, זענען מיר הײַנט גאָר שטאָלץ מיט זײַן קוראַזש און העלדישקייט צו יענער צײַט. דער פֿילם „דער שטאַט קעגן פֿריץ באַוער‟ איז סײַ אַ באַלערנדיקער פֿילם וועגן אַן אומבאַקאַנטן קאַפּיטל אין דער געשיכטע, סײַ אַ גוט געשפּילטער און רעזשיסירטער פֿילם, וואָס ייִדן, ספּעציעל, וואָלטן געדאַרפֿט זען.