ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

אויף דער קאָנפֿערענץ קעגן דיסקרימינאַציע און קסענאָפֿאָביע
אויף דער קאָנפֿערענץ קעגן דיסקרימינאַציע און קסענאָפֿאָביע

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published September 01, 2016, issue of September 30, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

ייִדישע קהילה באַטייליקט זיך אין קאָנפֿערענץ קעגן קסענאָפֿאָביע

דעם 29סטן און 31סטן אויגוסט האָבן די „דאַיאַ‟ און די בוענאָס־אײַרעסער קהילה זיך באַטייליקט אין אַ צוזאַמענפֿאָר אָרגאַניזירט פֿונעם „נאַציאָנאַלן אינסטיטוט קעגן דיסקרימינאַציע, קסענאָפֿאָביע און ראַסיזם‟.

צו דער קאָנפֿערענץ, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין האָטעל קאַסטעלאַר, זענען געקומען דרײַ נאָבל־לאָרעאַטן פֿאַר שלום. ריגאָבערטאַ מענטשו טום פֿון גװאַטעמאַלאַ, שירין עבאַדי פֿון איראַן, און ליימאַ ראָבערטאַ גבאָװי פֿון ליבעריע, זײַנען ספּעציעל געקומען צו רעדן פֿאַרן עולם. אַרגענטינע איז די פֿאָרזיצערין פֿון די איבעראָ־אַמעריקאַנער אָרגאַניזאַציעס קעגן דיסקרימינאַציע און זי האָט אָרגאַניזירט די אומגעוויינטלעכע זיצונג, װוּ עס האָבן זיך באַטייליקט פֿאָרשטייערס פֿון 18 לענדער און 42 אינסטיטוציעס.

אונעסקאָ און אַנדערע װעלט־אָרגאַניזאַציעס האָבן זיך אויך באַטייליקט אויף די זיצונגען װוּ מען האָט פֿירגעבראַכט סטאַטיסטיק און פּלענער; פֿאָרגעלייגט געזעצן, געאַרבעט אויף דעם אינטעררעליגיעזן דיאַלאָג און מענטשנרעכט. מענטשן פֿון דער גאָרער װעלט האָבן געקענט זען אַלע זיצונגען דורך דער אינטערנעץ. מען האָט לסוף פּרעזענטירט אַן אינטעגראַלן אַרבעטפּלאַן פֿאַרן ראַיאָן אויסצוװאָרצלען די דיסקרימינאַציע.

דער אַרגענטינער פּרעזידענט מאַוריציאָ מאַקרי האָט מאָנטיק, דעם 29סטן אויגוסט אויפֿגענומען די נאָבל־פּרעמירטע אין פּרעזידענטן־הויז. איין פֿיגור וואָס איז דווקא נישט פֿאַרבעטן געװאָרן איז דער אַרגענטינער נאָבל־לאַורעאַט אַדאָלפֿאָ פּערעז עסקיװעל, װאָס האָט געשטיצט די פֿריִערדיקע רעגירונג. כאַװיער בוכאַן, דירעקטאָר פֿונעם נאַציאָנאַלן אינסטיטוט קעגן דיסקרימינאַציע װאָס האָט אָרגאַניזירט די קאָנפֿערענץ, האָט זיך אויך באַטייליקט אויף דער טרעפֿונג.


סטודענטן מיט נאַצי־מונדירן באַפֿאַלן ייִדישע סטודענטן אין דיסקאָטעק אין באַרילאָטשע

באַרילאָטשע, אַ װעלט־באַרימטער סקי־ און דאַטשע־צענטער װאָס געפֿינט זיך צװישן בערג אַ 1000 מײַל פֿון בוענאָס־אײַרעס, איז װידער דערמאָנט געװאָרן איבער אַנטיסעמיטישע אויפֿפֿירונגען. מיר האָבן בײַ פֿריִערדיקע געלעגנהייטן דערציילט װי אַזוי באַרילאָטשע איז געװאָרן נאָכן קריג אַ מקום־מקלט פֿאַר נאַציס און פֿון דאָרטן האָט מען אויסגעליװערט קיין דײַטשלאַנד אַ סך פֿאַרברעכערס װאָס זײַנען אַרומגעזוכט געװאָרן אין אייראָפּע במשך צענדילקער יאָרן.

תּלמידים פֿונעם גאַנצן לאַנד, װאָס פֿאַרענדיקן די מיטלשולן, פֿאַרברענגען אַ װאָך צײַט אין באַרילאָטשע און אַזוי געזעגנט מען זיך מיט די חבֿרים מיט װעלכע מען האָט געלערנט במשך 5 יאָר. אָט די טראַדיציע האָט פֿאַרוואַנדלט באַרילאָטשע אין אַ סטודענטן־, טוריסטן־ און ספּאָרט־צענטער, און אַן אָרט וווּ פּאָרלעך פֿאַרברענגען זייער „קושװאָך‟. יונגװאַרג פֿאַרברענגט אין די דיסקאָטעקן ביז אין דער פֿרי און נאָך דעם האָט מען קיין כּוח נישט פֿאַר די עקסקורסיעס.

„סערעבראָ‟ (מוח) איז אַפֿשר די באַרימטסטע דיסקאָטעק. װען תּלמידים פֿון דער ייִדישער „אָרט‟־מיטלשול האָבן זיך דאָרט פֿאַרװײַלט מיטװאָך, דעם 24סטן אויגוסט, איז אַרײַנגעקומען אַ גרופּע פֿון אַ דײַטשישער שול אין לאַנוס, אַ שכנותדיקע שטאָט פֿון בוענאָס־אײַרעס, אָנגעטאָן מיט נאַצישע מונדירן, מיט היטלעריסטישע װאָנצעס און מיט האַקן־קרײַצן אויף די העמדער, אויסגעלאַכט די ייִדישע בחורים און מיידלעך מיט דער רעכטער האַנט אין דער הייך, װי עכטע נאַציס.

װען אַ סך יונגעלײַט האָבן געפֿאָדערט מען זאָל נישט דערלויבן זייער אָנװעזנהייט און אייניקע האָבן זיך אָנגעהויבן צו שלאָגן מיט זיי, האָט מען זיי אַרויסגעטריבן צוזאַמען מיט די ייִדישע סטודענטן און זיי האָבן זיך ווײַטער געשלאָגן ביז די פּאָליציי האָט אינטערװענירט. אויף מאָרגן האָבן די נאַצי־געקליידטע תּלמידים זיך אַנטשולדיקט און דערקלערט אַז דאָס איז בלויז געװען אַ „שפּאַס פֿון יונגע לײַט‟. די דירעקטאָרשע פֿון דער דײַטשישער שול האָט גלײַך געענטפֿערט אַז דאָס איז נישט גענוג און מען דאַרף אָנװענדן דערציִערישע מיטלען קעגן אַזאַ אויפֿפֿיר. כאָטש אַ סך מענטשן האָבן געבעטן מען זאָל באַזײַטיקן די קינדער פֿון דער שול, האָט דער דערציִונג־מיניסטער עסטעבאַן בולריטש, צוזאַמען מיט די דירעקטאָרן פֿון ביידע אַנשטאַלטן, אויסגעאַרבעט אַ פּלאַן אַז ביידע שולן זאָלן אָנהייבן אַ סעמינאַר אין „חורבן־מוזיי‟, זיי זאָלן זיך טרעפֿן מיט לעבנס־געבליבענע. ביידע אַנשטאַלטן װעלן דעם קומענדיקן יאָר לערנען צוזאַמען װעגן חורבן.

דער בירגערמײַסטער פֿון באַרילאָטשע האָט געמאָלדן אַז פֿון קומענדיקן לערניאָר אָן װעט מען אַרײַננעמען אין אַלע שולפּראָגראַמען די טעמעס חורבן און אַנטיסעמיטיזם, און אַ סך אָנגעזעענע פֿיגורן פֿון פֿאַרשיידענע תּחומים האָבן אונטערגעשטראָכן אַז אַ „שפּאַס‟ איבער אַזעלכע טעמעס איז קיין מאָל נישט „נאַיִװ‟.

אַ פּאָר טעג נאָך די טרויעריקע געשעענישן האָט מען געפֿונען אויף דער גאַס אין באַרילאָטשע זייער אַ סך ביכער און בראָשורן װאָס פֿאַרשפּרייטן די נאַצישע אידעאָלאָגאָגיע, ווי אויך בילדער און עקזעמפּליאַרן פֿון „מײַן קאַמף‟. מען װייסט נישט װער זײַנען געװען די אייגנטימער פֿון די מאַטעריאַלן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.